עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

133

תלמיד פון רבי עקיבא, וואָרום ער האָט געלערנט תורה, וואָס "כולה אליבא דר' עקיבא", גאַנץ תושבע"פּ און די פּירושים אויף תושב"כ זיינען באַגרינדעט אויף די לימודים (לערנונגען) וואָס רבי עקיבא האָט געלערנט מיט זיינע תלמידים אין זיין צייט, און זיי האָבן עס דערנאָך איבערגעגעבן צו זייערע תלמידים ביז אַז ס'איז דערגאַנגען צו אונז.

קומט אויס, אַז יעדער איד וואָס לערנט תורה איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא. במילא, בשעת מ'קומט אין באַ­רירונג מיט אַ צווייטן אידן, אַ קינד אָדער בכלל — דאַרף מען זיך גלייך דערמאָנען אַז ער איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא, און עס קען זיין — אַ גרעסער­ער, בעסערער תלמיד ווי ער אַליין איז,

און זייענדיק אַ תלמיד פון רבי עקיבא, איז ער אויך אַ חבר פון רשב"י (וויבאַלד אַז רשב"י איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא),

און דערצו נאָך איז יעדער מענטש, יעדע באַשעפעניש, אַ באַשעפעניש פון דעם אויבערשטןלב, אין אים איז דאָ דער "אומן שעשאני"לג, דער אויבערשטער וואָס האט אים באַשאַפן.

דעריבער: דאָס וואָס ער האָט געהאַט די זכי' אַרויסהעלפן יענעם דורך מקיים זיין "ואהבת לרעך כמוך" אין דיבור און אויך אין מעשה — איז ניט נאָר וואָס דאָס גיט אים ניט קיין רעכט צו ח"ו ניט נוהג זיין כבוד מיט יענעם, נאָר אדרבה: דאָס לייגט אויף אים אַרויף אַ זכות, אַז ער זאָל זיין נאָכמער זהיר אין יענעם

אָפּגעבן כבוד. און טאָן דאָס מיט שמחה, בשמחה גדולה ובטוב לבב.

און וויבאַלד אַז יעדער איד איז (כנ"ל) אַ תלמיד פון רבי עקיבא און אַ חבר פון רשב"י און אַ באַשעפעניש פון דעם אויבערשטן — פאַרלאַנגט דאָס און דאָס גיט כח אַז מ'זאָל קענען דורכפירן אין דער פולסטער מאָס דעם נוהג כבוד זיין מיט יעדן קינד, יעדן אידן און יעדן מענטשן, און זיכער — ניט אָנרירן יענעם אויף וואָס פאַר אַן אופן ס'זאָל ניט זיין, ניט במעשה, אפילו ניט בדיבור.

יב. ס'איז דאָ אַ וואונדערלעכער מדרש וואָס באַגרינדעט און מאַכט נאָכ­מער פאַרשטאַנדיק ווי אַזוי אַ קליין קינד אין יאָרן, אָדער אַ קליין קינד אין וויסן די ענינים פון אידישקייט, האָט דעם כח זיך צו איינהאַלטן און ניט אָנרירן דעם כבוד פון אַ צווייטן, ועאכו"כ ניט משיג גבול זיין און צונעמען עפּעס פון אַ צווייטן, ואדרבה — געבן, אָפּגעבן יענעם כבוד:

עס שטייטלד "אלקים נצב בעדת א­ל בקרב אלקים ישפוט", דער אויבער­שטער זאָגט אַז "אלקים נצב", ער גע­פינט זיך און שטייט מיט דער גאַנצער שטאַרקייטלה, "בעדת א­ל", דאָרטן וואו ס'געפינט זיך אַן עדה מענטשן (מערע­רע מענטשן) וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט א­ל, מיטן אויבערשטן, מיט ג­ט­לעכקייט.

דערציילט ער אין מדרשלו — ווי דאָס איז געקומען. דאָס האָט צום ערשטן

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-y5gxwqb7

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources