ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו, אור ליום ועש"ק פ' צו, י"א ניסן ה'תש"נ
91
תק"אכד (כמבואר בכתבי האריז"לכה) — וואָס תק"א באַווייזט אויף אַ המשכה (ברכה) שלמעלה מסדר השתלשלותכו, און דאָס ווערט נמשך למטה און פועל'ט אין עולםכז (ווי דאָס איז געווען בחג הפסח).
און אין דעם גופא ווערט ניתוסף נאָכמער בי"א ניסן שנה זו, ווען מ'הויבט אָן זאָגן קאַפיטל פ"ט בתהליםכח וואָס דאָרטןכט שטייט "עולם חסד יבנה", וועלכער איז פאַרבונדן מיט אברהם אבינול ("אחדלא הי' אברהם") צו וועמען דער אויבערשטער האָט מבטיח געווען "ואברכה מברכיך"ג.
און אויך התחלת המזמור — "משכיל לאיתן האזרחי" — איז פאַרבונדן מיט אברהםלב, און פאַרבונדן מיט המשכת ברכה צו יעדער אידן, וכידוע די תורה פון דעם אַלטן רבי'ן עה"פ ("משכיל לאיתן האזרחי"), איבערגעגעבן דורך כ"ק מו"ח אדמו"רלג.
ביז'ן סיום המזמור — "ברוך ה' לעולם אמן ואמן", אַז די אַלע ברכות ווערן נמשך פון (שם) הוי' אין עולם, און מיט אַן אישור כפול — "אמן ואמן"לד.
ובפשטות — אַז דער אויבערשטער בענטשט אַלע אידן בכל הברכות מאל"ף עד תי"ולה, און מוסיף זיין מתוך שמחה וטוב לבב בכל עניני טוב, אָנהויבנדיק, אַז יעדער איינער האָט אמת'ע נחת פון זיך אַליין, און פון אַלע בני בית, און פון דעם גאַנצן אַרום, און האָט דעם נחת הכי עיקרי — וואָס אבינו שבשמים האָט פון אַלע זיינע קינדער, כל בני ובנות ישראל, וואָס יעדער איינער פון זיי געהערט צום "עםלו זו יצרתי לי תהלתי יספרו" (כמדובר לעיל בארוכהלז), "תהלתי יספרו" שוין איצטער, און ממשיך זיין דעם "תהלתי יספרו" אין ארץ הקודש בגאולה האמיתית והשלימה.
ויהי רצון, אַז תיכף ומיד ממש זאָל יעדער איינער זעהן בגלוי, ווי אין זיינע אייגענע ד' אמות ווערן נתמלא אַלע ברכות פון דעם אויבערשטן, ובשלימות,
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לז
- Id
- rh-jgz4xy8c
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.