עברית
Library

שמות

218

מענער, און זיי האָבן זוכה געווען, אַז דורך זיי איז געקומען דער אויסלייזער, און די אויסלייזונג, פון דעם אידישן פאָלק פון גלות מצרים.

אין אונזער צייט, ספּעציעל אין די לעצטע דורות פון דעם איצטיקן שווערן גלות, האָבן די אידישע פרויען, מוטערס און טעכטער, די זעלבע אויפגאַבע, און די זעלבע פאַראַנטוואָרטלעכקייט און זכות, ווי די אידישע פרויען אין דעם ערשטן גלות. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דאָס אָפט אונטערשטראָכן אין וואָרט און שריפט. אין דעם היינטיקן יאָר, דער 150'טער יאָר פון דער הסתלקות פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא און שולחן­ערוך, דער גרינדער פון דער חב"ד שיטה און לעבנס­שטייגער, דאַרפן מיר געדיינקען מיט ספּעציעלער באַגייסטערונג די גרויסע השפעה וואָס די רביצין רבקה האָט געהאַט אויף דער דערציאונג פון איר זון, דעם אַלטן רבי'ן, ווי דאָס ווערט באַשריבן אין די זכרונות פון דעם רבי'ן דעם שווער.

מיט אַ טיפער, אינערלעכער האָפנונג האָף איך, אַז די תלמידות פון די "בית רבקה" וועלן שטענדיק געדענקען און ריכטיק אָפּשאַצן זייער גרויסן אחריות און זכות אין פאָרזעצן די הייליקע טראַדיציעס פון דער אידישער פרוי, ניט נאָר באַ זיך אין דער היים, וואו די פרוי איז די עקרת הבית, דער יסוד פון דער היים, נאָר אויך דורך אַקטיווער טעטיקייט אין די ברייטסטע פרויען קרייזן, כדי צו העלפן אויפשטעלן אַ טרייען אידישן דור וואָס זאָל זוכה זיין צו דער גאולה שלימה, במהרה בימינו.

און מיט דער זעלבער ערנסטער האָפנונג האָף איך, אַז די בעלי­בתים, עסקנים און פריינט פון "בית רבקה" וועלן אָנווענדן יעדע אָנשטרענגונג — אין צייט, געלט און מי — צו געבן די פולע מעגלעכקייט צו דער "בית רבקה" שולע צו פאַר­גרעסערן זיך און וואַקסן לויט דער פאָדערונג פון דער איצטיקער דרינגנדער צייט.

השם יתברך זאָל אייך אַלעמען בכלל און יעדן בפרט, מצליח זיין אין די אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים און אין אַלעם אין וואָס מען נויטיקט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-74znze2k

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources