עברית
Library

Letter 484

י"ז אייר, תש"ט · מהר"י שי' הכהן

ב"ה, י"ז אייר, תש"ט

הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו'

מהר"י שי' הכהן

שלום וברכה!

אייער בריוו פון וא"ו אייר, מיט דער בייגעלייגטער שיחת הסדרים, האב איך ערהאלטען. און, לויט ווי איר האט אפגעצייכענט אין דער רשימת הספרים, האט מען אייך אפגעשיקט די ספרים. זיכער האט איר שוין ליינג ערהאלטען און וועט מודיע זיין דערפון.

איך לייג דא ביי די שיחה פון ל"ג בעומר, לזכות בה גם כן את הרבים, וזכות הרבים תלוי בו.

ערהאלטען א בריוו פון ידידנו מר רבינסאן שי', אז עס איז איצט איינג אין געלט און מען זאל ווארטען מיט'ן קומען צו עם ביז ער וועט מודיע זיין. מסתם, ווייסט איר פון דעם בריוו.

בין איצט אין גרויס פארלעגנהייט: דער דרוקער וויל געלט. דער עולם וויל די ספרים. און כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט טענות אז מען דרוקט בכלל ווייניק און מען זאל ארבעטען אין דער אפטיילונג (ווי אויך אין אלע אנדערע) מער און אינטענסיווער - און מיט אמאל אזא בריוו! איך האב ניט געקאנט מחליט זיין, צי באווייזען רבינסאן'ז בריוו דעם רבי'ן שליט"א - ווייל קיין פארדרוס פעלט עם ניט אן דעם אויך.

איך האף, אז איר וועט נעמען די זאך אין אייערע הענט, און זען דורכפירן ווי אמשנעלסטן בא ידידנו מר רבינסאן און דערווייל גיי איך אן מיט דער ארבעט כמקודם - איך וויל ניט די קפידא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א ניט אויף זיך ניט אויף עם.

עס איז נאר א שאד דערווייל וועט הרב קאזארנאווסקי ניט ארויספארן צו אייך די וואך. איך וויל אבער האפען אז איך וועל הערען פון אייך גוטע בשורות אין דעם, ער זאל קענען פארען נעקסטע וואך לכל הפחות.

המחכה למכתבו מבשר טוב בהקדם ומאחל כל טוב סלה

יושב ראש ועד הפועל

הרב מנחם שניאורסאהן

מהעתק המזכירות.

מהר"י: כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תכא, ובהנסמן בהערות שם.

ערהאלטען... רבינסאן: בהבא לקמן ראה להלן אגרת תצג.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 3
Id
rh-27gct0qx

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit484