Letter 511
ב' מנחם אב, תש"ט · מר מרדכי אונראד שי'
איך האבן היינט ערהאלטן אייער בריף פון 22 יוני אז איר זיינט געווען צוזאמען מיט מענדל הארענשטיין אין טרעבלינקע און האט פון אים א שליחות.
מענדל הארענשטיין איז געווען מיין שוואגער און איך וועל אייך זייער דאנקבאר זיין אויב איר וועט מיר גלייך אנשרייבן אלץ וואס איר ווייסט וועגן אים און וועגן זיין פרוי סאניע וואו זיינען זיי געווען די לעצטע צייט וואס איז פארגעקומען מיט זיי דעם גענויעם טאג פון זיין יארצייט און פון איר יארצייט וואס איז געווען מיט מענדעלס מוטער, ווי זיינען זיי געקומען אין טרעבלינקע.
וואס גענויער און פרטיותדיגער איר וועט מיר שרייבן אלץ מער דאנקבאר וועל איך אייך זיין.
איך ערווארט אייער גענויען שנעלען ענטפער אויב מעגליך דורך לופט פאסט און איך דאנק אייך אין פאראויס.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 3
- Id
- rh-zm166sp2
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit