עברית
Library

Letter 688

כ"א מנחם אב, השי"ת · הוו"ח אי"א נו"מ וכו'... שי'

ב"ה, כ"א מנחם אב, השי"ת

הוו"ח אי"א נו"מ וכו'... שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריוו פון ט"ז מנחם אב וועגן מצב הבריאות פון זוגתו תי'

עס איז ניט פארשטענדליך, וואס איר שרייבט וועגן סיבות אז זי קען ניט שוואנגערן, ווען אין אנהייבס בריוו דערמאנט איר אז אלול תש"ט איז זי יא געווען שוואנגער. קען עס דאך זיכער זיין אויך איצטער.

דערפאר קומט בא מיר אויס אז זי זאל ניט טאן זאכן וואס זיינען געפערליך, לויט ווי איר שרייבט. זאל זי נא[ך] אמאל פרעגן בא א דאקטאר א מומחה וואס זי האט צו טאן, און געוויס וועט ער געפינען מיטלען בניחותא און על ידי רופא פלוני ועל ידי סם פלוני וועט אלץ דורכגיין און עס וועט מקויים ווערן די ברכה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אשר השי"ת ישמח לבבם בזרעא חייא וקיימא.

וואס איר שרייבט אז זוגתו תי' איז פון דעם אלעם געווארן נערוונע וכו'

דארפן איר איבערגעבן, אז דער אויבערשטער פירט די וועלט ווי בעסער איז, און ער ווייס וואס בעסער איז און האט געשריבן אין דער תורה אז קינדער איז א ברכה.

במילא קומט דאס אידן, און טאמער אמאל פארהאלט זיך די ברכה, דארפן וויסן אז מיר אלע האבן א גרויסן רבי'ן הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ און ער וועט סוף כל סוף דורכפירן אלע זיינע ברכות פאר כל המקושרים אליו.

מ'דארף אבער אנהאלטן די התקשרות מיט עם. אויב מ'הויבט אן אבער

איבערטראכטן וועגן קיום ברכתו און ווערן נערוונע איבער דעם, איז דאס א סימן פון חלישות, ח"ו, בבטחון ובהתקשרות. ובפרט, אויב דאס ווירקט נאך אויפן געזונט איז דאס זיכער מער ניט מעצת היצר.

זי און איר אליין מוזט זיין שטארק בבטחונם בהוי' ובמשה עבדו פון אונזער דור, הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און דאס גופא העלפט אויף פריער ממשיך זיין ברכתו הק' לזרעא חיי וקיימא ולכל טוב.

געוויס גיט בל"נ זוגתו תי' פאר ליכט בענטשן צדקה לקופת ר"מ בעל הנס, און איר זאגט יעדן טאג בל"נ דעם רבינ'ס קאפיטל תהלים הוא קאפ' ע"א.

אז זוגתו תי' וועט ווערן מעוברת בשטומו"צ וועט איר מסתם ניט מפרסם זיין די ערשטע צייט, וועט אבער גלייך איבע[ר]געבן צום רבי'ן אויפ'ן ציון.

החותם בברכה

מנחם שניאורסאהן

מהעתק המזכירות.

קאפ' ע"א: ראה גם לעיל אגרת תרמד, ובהנסמן בהערות שם.

ניט מפרסם זיין: ראה אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ט, אגרות ג'סו. ג'עב. ג'רנה.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 3
Id
rh-4e4yt7qk

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit688