Letter 697
כ"ו מנחם אב, ה'שי"ת · הוו"ח אי"א וכו' מו"ה... שי'
אייער בריוו פון עש"ק נחמו ערהאלטן, און געלויבט השי"ת פאר דער ידיעה אז אייער געזונט האט זיך פארבעסערט, און זיכער וועט עס אויך ווייטער גיין צו בעסערס, ווי אין אלע ענינים פון קדושה - ווארום בריאת הגוף פון א אידן איז אויך א דבר שבקדושה, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט עטליכע מאל געזאגט בשם אביו כ"ק אדמו"ר (הרש"ב) נ"ע: ווי טייער דאס (דער גוף) איז, וואס צוליב עם האט מען געגעבן אזויפיל תורה ומצוות - וועלכע דארפן שטייגן אלץ בעסער און העכער.
אזוי אויך דארף זיין דער געזונט בא א אידן, עס זאל אים חלילה ניט מבלבל זיין פון תורה ועבודה.
א באזונדערן דאנק פאר די ידיעות וועגן לערנען חסידות בקביעות, מיט פארבריינגען, ווי אויך פאר ידיעות פון די לימודים אין די בית שרה און בית רבקה. עס איז זייער גלייך אז די תלמידות וואס פארן אין אמעריקא זאלן האבן דעם אדרעס פון מל"ח, מען דארף אבער אויך זען, אז די תלמידות וועלכע פארן אין אנדערע מדינות זאלן אנהאלטן זייער פארבינדונג און דורכדעם באקומען די נויטיקע ערמוטיקונג און שטארקונג אין זייער וועג אין זייערע נייע אומשטענדן.
דעם פ"נ וועל איך דורכלייענען, כבקשו, על ציון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, ויהי רצון שתהי' נסיעתה בעתה ובזמנה כשורה צלחה.
החותם בברכה ופ"ש כל החבורה שתחי'
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 3
- Id
- rh-zjd2rwat
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit