עברית
Library

Letter 258

יום ה' כ"ו כסלו, תש"ז · מהור"י שי' כ"ץ

ב"ה יום ה' כ"ו כסלו, תש"ז.

כבוד הוו"ח אי"א נכבד ונעלה מו"מ באמונה

מהור"י שי' כ"ץ

שלום וברכה!

לויט אייער בריף האט מען אייך ארויסגעשיקט די ספרי המאמרים אויך אין אבאזונדער פאקעט, די שיחה פון יו"ד כסלו און חנוכה-סטארי. זיכער האט איר אלעס צייטיג ערהאלטען.

וויסענדיג אייער רצון דורכלערנען די שיחות פון סוכות וואס איר זייט בייגעווען, לייג איך דא ביי מיין עקזעמפליאר - ווי איר וועט זעהן, איז דאס ניט-מוגה'דיג, ניט וויסענדיג ווען די הגהה וועט זיין, וויל איך אבער ניט אפהאלטען ביז דאן - זיכער וועט איר עס מיר אפשיקן בהקדם האפשרי.

איך וויל זיין אין ארדנונג מיט דעם ציווי לא תהי' לו כנושה, ווער דעם נאך אז איר שרייבט אז מאמענטען זייט איר פאראיינגט, איך האף אבער און וויל זיין זיכער, אז נעמענדיג אין אכט דעם מצב הדחוק פון מל"ח (ובפרט אז זייט דער פרינטער האט דעליווערט דעם ספר המאמרים איז שוין דורך מער ווי צוויי חדשים) וועט איר בא דער ערשטער מעגלעכקייט טאן אלץ וואס איר קענט אין דעם בהקדם האפשרי.

ולסיים מענין חנוכה:

אויף חנוכה ווערט ערציילט אין מדרש (יל"ש מ"א רמז קפד) אז דער משכן (אין מדבר) איז געווארען פארטיג כ"ה כסלו, אבער דער אויבערשטער האט געהייסען אפווארטען מיטן אויפשטעלען עס ביז חדש ניסן, און אפגעצאלט דעם טאג האט מען אין 1200 יאר ארום - מיט דער חגיגה פון חנוכה, ניט געקוקט אויף אלץ דאס, ווערען אידן געלויבט אז זייערע נדבות אויפ'ן משכן האבען זיי אפגעגעבן פאר צוויי טעג: יא-יב תשרי, אין פלוג וואס איז געווען דער נוצען דערפון אז דערנאך האט מען כלל ניט געהיילט מיט אויפשטעלען דעם משכן? נאר דערפון איז צו לערנען א) אויף וויפעל זריזות איז טייער, ב) אז יעדער אנשטריינגונג פון א אידען אין א דבר מצוה בריינגט אירע פירות אויב אפילו לשעה מערקט זיך עס ניט.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 2
Id
rh-reqz2ybq

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit258