עברית
Library

Letter 344

י"א אדר שני, תש"ח · ז.ג. ה' אלכסנדר שי' הכהן

ב"ה י"א אדר שני, תש"ח

ז.ג. ה' אלכסנדר שי' הכהן

שלום וברכה!

לכבוד דעם יום-טוב פורים שיק איך אייך אין נאמען פון מרכז לעניני חינוך און אין מיין אייגענעם נאמען וואונשען אויף א פרייליכן פורים.

איך לעג דא ביי דעם מאמר וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט ארויסגעגעבען אויף פורים, ווי אויך קאפיעס פון מיינע בריוו צו אונזערע פריינד ה' סטולמאן און ה' לעסער יחיו.

די גמרא (ב"ב ט, א) זאגט, גדול המעשה יותר מן העושה, דאס הייסט, ווי גרויס די פארדינסטן פון די וועלכע שטיצן מיט זייער געלט זיינען, נאך גרעסער זיינען די פארדינסטן פון דעם וועלכער האט זיי מקרב געווען און געבראכט צו דעם אז זיי זאלן טאן אט די גוטע טהאטען.

און יעדעס מאל ווען מיר טראכטן וועגן דער וויכטיגער הילף וועלכע אונזערע פריינד האבן געלייסטעט צום מרכז לעניני חינוך דורך אייער מיטהילף, און פילן א דאנקבארקייט צו זיי, פיל גרעסער איז אונזער דאנקבארקייט צו אייך, אלס מעשה, וועלכער האט זיי מקרב געווען צו אידישקייט בכלל און צו דער ארבעט פון מל"ח בפרט.

איך האף, אז איר וועט אייער גוטע ארבעט פארזעצן און זען צו [משפ]יע זיין אויף אונזערע גוטע פריינד צו מאכן נאך גרעסערע אנ[שטרענג]ונגען צו העלפן דורכפירן די פראגראם פון מל"ח, וועלכע [האלט זיך] אין פארגרעסערן, און מוז כסדר פארגרעסערן זיך, און שוין היינט זיינען די מינימאלסטע באדערפנישן פון מל"ח פיל גרעסער ווי די מאקסימאלע באדערפנישן מיט א פאר יאר צוריק.

מיט א הערצליכן גרוס און די בעסטע וואונשן לפורים שמח וטוב לב צו אייך און אלע אייערע יחיו.

יושב ראש ועד הפועל

הרב מנחם שניאורסאהן

מהעתק המזכירות.

ז.ג.: זייער געערטער.

אלכסנדר שי' הכהן: אגרות נוספות אליו - לעיל קפט, ובהנסמן בהערות שם.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 2
Id
rh-0j9fefxp

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit344