Letter 6783
כ"ב אד"ש, תשי"ט · מר קלמן שי'
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון יום ג' שהוכפל בו כי טוב, אין וועלכען איר באשרייבט דעם מצב פון די וועלכע האבען זיך באזעצט אין כפר ארגנטינה, און אז איר זייט געווען אויך איינער פון די גרינדער.
זיכער איז איבעריג צו מאריך זיין, אז אויף אייך ליגט א חוב קדוש, צו טאן אלס מעגליכע און מער, צו פארשטארקען דארטען אידישקייט אין אלע פרטים, וואס אויב יעדערער איז מחוייב אין דעם איז דאך פילפאכיג מחויב דער וועלכער האט א חלק אין דער גרינדונג און לויטן אויסשפראך לפום גמלא שיחנא, ד.ה. אז השם יתברך גיט יעדערן די כחות טאן, וואס אויף עם ליגט צו אויספילען, איז זיכער אז אויך אייך זיינען געגעבען געווארען די כחות, מען דארף נאר ניט מיד ווערען צו טאן איין מאל צוויי מאל און מערערע מאל, און אז מען טוט בדרכי נועם ושלום און הארציג, האט מען די הבטחה מרז"ל אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל לב השומע, און בפרט אז מען האט צו טאן מיט אידען, וואס אויף יעדערן פון זיי איז געזאגט, אז חאטש אני ישנה, בגלותא, צוליב די גלות ענינים וועלכע זיינען אומעדום ביז משיח וועט קומען בקרוב און וועט אונז אלעמען אויסלייזען, דאך איז ולבי ער, ווי דער מדרש טייטשט אויס, א ווארימקייט און נאהענטקייט להקב"ה לתורתו ולמצותיו, מען דארף נאר קומען צו זיי מיט די פאסענד[ע] ווערטער און נויטיקע ווארימקייט און הארציקייט פון אהבת ישראל, מאכט דאס דענסטמאל א מהפכה צום גוטען, נאך מער ווי מען שטעלט זיך פאר, און השי"ת זאל העלפען איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 18
- Id
- rh-sthdgsn6
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit