עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 6779

ב"ה, כ' אדר ב', ה'תשי"ט

ברוקלין, נ.י.

צו דער חשוב'ער קאמיטי פון סיום הספר

תורה

ראביניקאל קאללעדזש אין נוארק

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דעם סיום הספר תורה וואס וועט פארקומען קומענדיקן זונטיק אי"ה. השי"ת זאל געבן עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת און דער זכות פון דער מצוה זאל ביישטיין אלע אנטיילנעמער.

אונדזערע חכמים, זכרונם לברכה, פארגלייכן די גרויסקייט פון דער תורה הק' מיט דער גרויסקייט פון אידן און אונטערשטרייכן די אויסגעבונדנקייט פון ביידען, אזוי אז איינס אן דאס צווייטע קען ניט אויסקומען, און דעריבער ווערט אזוי אפט געזאגט אין דער תורה הק': דבר אל בני ישראל, צו את בני ישראל אד"ג.

ווען א סיום ספר תורה ווערט דורכגעפירט פון א ישיבה ווערט נאך מער אונטערגעשטראכן די אויסגעבונדנקייט פון אידן מיט דער תורה, ווארום דער צוועק פון א ישיבה איז דאך צו דערציען אידן וועלכע זאלן פארשטיין ווי ריכטיק אפצושאצן די הייליקייט, גרויסקייט און טיפקייט פון דער ג-טלעכער תורה ניט נאר אין הארצן און אין מוח, נאר אויך - און דאס איז דאך דער עיקר - אין מעשים בפועל, מקיים צו זיין תורה און מצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן.

השם יתברך זאל מצליח זיין די ישיבה אין איר הייליקער ארבעט צו דערציען תלמידים וואס זאלן שטענדיק געדיינקען, אז די תורה איז היא חיינו ואורך ימינו, וואס תורה ווערט אנגערופן תורת-חיים- תורה פון לשון הוראה - אנווייזונג און לערע - און חיים - כפשוטו - אין טאג-טעגלעכן לעבן; במילא ברענגט די תורה און מצוות אן אונערשעפלעכן קוואל פון ברכות פון דעם נותן התורה סיי צו די לומדי-תורה און סיי די תומכי-תורה פאר זיי און זייערע בני-בית, בגשמיות און ברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה,

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 18
Id
rh-bba66dsr

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit6779