עברית
Library

Letter 6666

כ"ז טבת, תשי"ט · מו"ה יעקב שי' הכהן

ב"ה, כ"ז טבת, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה

מו"ה יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ו טבת, מיט דאס בייגעלייגטע.

אלס הוספה צו דעם וואס עס וועט - בלי נדר - גערעט ווערען אויפן טעלעפאן, וויל איך דא מעורר זיין אויף דעם וואס איר שרייבט אין צוזאמענהאנג, מיט דעם פתגם הידוע פון אדמו"ר הזקן, מ'דארף לעבען מיט דער סדרה פון דער וואך.

אין וועלכער עס רעט זיך, וועגען עבודה קשה ועבודת פרך.

עס רעט זיך אין דעם ענין, אין תורה אור בדרושי פ' שמות, און אויך אין אור התורה להצמח צדק און אין נאך ערטער [און מיוסד אויף דעם זוהר הקדוש], אז די ענינים וועלכע ווערען אויסגערעכענט אין דער סדרה, קען מען דורכקומען דורך עבודה רוחנית, און דאס איז, ווי ער זאגט דארט, עבודה קשה, דא קושיא, בחומר, דא קל וחומר, ובכל עבודה בשדה, דא ברייתא, ובלבנים דא לבון הלכתא.

און די עבודה איז דאך אסאך א געשמאקערע, און דער שכר איז אויך א גרעסערער, וק"ל.

וכמדומה, אז אויך אין דעם תוכן ענינים פון פ' שמות, רעט זיך וועגען דעם, חאטש בקיצור.

בברכה לבשורות טובות בכל האמור ושבת שמח ור"ח שמח און נעמען פון דער שמחה על כל השבוע והחודש כולם.

מו"ה יעקב שי': כץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל חט"ו ה'תקכג, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ו'תתקפז.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 18
Id
rh-5g5qv0zx

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit6666