Igros Kodesh (the Rebbe)
Letter 6698
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ה', אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער סברא צו פארען אויף דער חתונה פון אייער זון שי' בשעה טובה ומוצלחת.
ולכאורה איז ניט פארשטענדליך: מאכען אזא נסיעה וועלכע איז פארבונדן מיט אזוינע געלט-הוצאות (אלס צוגאב אויך די צייט), וואס אויב אפילו מ'האט די געלט במזומן, איז לויט דעם מצב פון חתן וכלה, קען מען פארניצען די געלט אויף זייער איינארדענען זיך, וואס זיכער קען זיי צוניץ קומען אפילו גרעסערע סומעס.
און השם יתברך זאל העלפען, איר זאלט באשליסען ווי ס'איז גוט באמת. ולאריכות ימים ושנים טובות זאלט איר האבען אמת'ן אידישען נחת, און חסידות'שן נחת פון אלע אייערע קינדער שיחיו.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 18
- Id
- rh-jp6d3bcd
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit