עברית
Library

Letter 6743

ג' אד"ש, תשי"ט · ברוקלין.

ב"ה, ג' אד"ש, תשי"ט

ברוקלין.

ברכה ושלום!

דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים וכו' מו"ה יהודה צבי שי' פאגעלמאן, איז מיר אנגעקומען א בקשת ברכה פ"נ פאר אייך און אייער מאן שי'

ובעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דעם וואס איר נויטיגט זיך.

אויך שרייבט מיר הרב פאגעלמאן שי' וועגען דעם וואס עס האט פאסירט ל"ע ול"ע מיט אייער זון... ע"ה,

און דער זכות, וואס איר און אייער מאן שי' האבען געטאן און וועלען טאן אין ענינים פון אידישקייט, און פארשטענדליך אויך אליין אויפפירען זיך לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק', וועט דאס זיכער ביישטיין לעילוי נשמתו, בגן עדן תהא מנוחתו,

און זעלבסט פארשטענדליך, אז יעדער צוגאב אין שטארקען זיך באמונה בהשם יתברך, אז דאס וואס ער טוט, דארפמען ניט נאכטראכטען וועט דאס צוגעבען אין דעם עילוי הנשמה,

און זיכער איז איבעריג צו ערקלערען אייך, אז די נשמה גייט ניט ח"ו פארלארען, ווארום א איד איז א אייביקייט, דער אונטערשייד איז נאר אין קערפער, אין אנדערע ווערטער, אז מיט פליישיגע אויגען קען מען ניט זעהען די נשמה, וויילע מען זעהט ניט קיין גוף, אבער דער פארבונד און צוגעבונדקייט פון עלטערן צו קינדער, איז דאך ניט איבער דאס פליישיקעס נאר דורך דעם, וואס מ'איז פארבונדען מיט דער נשמה, און זי איז דאך שטענדיג גאנץ, און מען קען שטענדיג טאן פאר דער טובה ועילוי פון דער נשמה, ווי פריער געזאגט, דורך א תורה אויפפירונג, און שטארקען זיך אין בטחון בהשי"ת, און מיט א פעסטע רוהיקייט און שטארקע שטימונג, אז השם יתברך איז דער עצם הטוב.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך מ'זאל בודק זיין (אפטשעקין) די תפילין פון אייער מאן שי' און אויך די מזוזות אין אייער דירה, אז זיי זאלען זיין כשרה ווי דער דין איז, און אויך אלס צוגאב צו דעם וואס געוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון אידישע טעכטער צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, זאלט איר טאן אזוי אויך אין די וואכען טעג פון מאנטאג און דאנערשטאג צו געבען עטליכע סענט אויף צדקה, און דער עיקר ווי פריער געזאגט אויפהערען איבערטראכטען, און ווען איר וועט אננעמען א פעסטען באשלוס אין דעם וועט השם יתברך אייך מצליח זיין צום פארווירקליכען אין לעבען.

בברכה צו גוטע בשורות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 18
Id
rh-w7hrnsrb

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit6743