עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 6494

ב"ה, כ"ג אלול, ה'תשח"י

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מרץ ורב

פעלים כו'

מו"ה שלמה שי'

שלום וברכה! מיט פרייד און פארגעניגען האב איך באקומען אייער בריוו, אין וועלכן איר שרייבט, אז מען האט שוין געגעבן דעם דעפאזיט אויף דעם נייען בנין אין א מזל'דיקע שעה, וואו עס וועלן זיך קאנצענטרירן אלע ענינים פון ליובאוויטש.

ס'איז איבעריק צו אונטערשטרייכן, אז דאס איז גאר א גרויסער אויפטו, און האפענטלעך וועט עס האבן ווייטגייענדע גוטע תוצאות מיט ענערגיש פארגרעסערטע וויכטיקע און ממשות'דיקע פעולות, אריינברענגענדיק אן אויפלעבונג אין אלע ענינים פון ליובאוויטש אין לאנדאן און ענגלאנד בכלל, און דורך הפצת המעינות אריינברענגען אן אויפלעבונג און פארשטארקונג אין מצב היהדות און חינוך על טהרת הקדש בפרט.

השם יתברך זאל אייך און אייערע חברים לדיעה און שותפים בעבודה, מצליח זיין בהצלחה מרובה. חז"ל זאגן: אדם מקדש עצמו (אפילו) מעט מלמטה מקדשין אותו הרבה מלמעלה, על אחת כמה וכמה אז עס איז פאראן הרבה מלמטה, ומעלין בקדש.

בהנוגע דעת נאמען, וואלט איך פארגעלעגט אז מען זאל עס רופן "ליובאוויטש האוז" און אויב צוליב אירגענד וועלכע סיבה דאס איז ניט צוגעפאסט צ "חב"ד האוז".

ויהי רצון אז עס זאל מקויים ווערן תפארת אדם לשבת בית, און ווי חסידות טייטשט: אז עס גייט אויף אדם העליון, אויף דעם אויבערשטן, אז ער זאל האבן א בית ודירה לו ית', דורך דעם וואס עס וועט זיין אנגעפילט מיט תורה ומצוות באלויכטן מיט חסידות בהידור.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה צו אלעמען וועלכע טוען אין דעם ולבני ביתם, און צו אייך און אייערע בני בית בפרט, צו מצליח זיין אין עניני הכלל ועניני הפרט.

בברכה לבשו"ט.

אויף יסוד הכתוב צ חבר אני לכל אשר יראוך ולשומרי פקודיך צ איז דא בייגעלייגט מיין פערזענלעכע באטייליגונג אין דעם קאסטן פון דעם "ליובאוויטש האוז".

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 17
Id
rh-jgwmmzqg

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit6494