עברית
Library

Letter 6289

ערב - ראש חדש סיון חדש השלישי · ביום הזה באו מדבר סיני. ה' תשי"ח

ב"ה, ערב - ראש חדש סיון חדש השלישי

ברוקלין, נ.י.

ביום הזה באו מדבר סיני. ה' תשי"ח

שלום וברכה!

עס וואונדערט מיר, וואס לעצטענס איז פון אייך ניט אנגעקומען קיינע ידיעות בהנוגע צו אייערע פעולות בקדש לויטן פראגראם פון נשי ובנות חב"ד.

ויהי רצון עס זאל זיך ארויסווייזען, אז עס פעלט ניט מער ווי אין דעם מודיע זיין, אבער ניט אין דעם טאן אליין, און אז לויט דעם אנזאג פון תורתנו הק' תורת חיים, אז עס דארף זיין מעלין בקדש, גיט מען אויך צו פון צייט צו צייט אין דעם, מוסיף והולך מוסיף ואור.

און אז מען טוט מיט אן אמת, זיינען מיר פארזיכערט געווארען אז השם יתברך גיט הצלחה, הצלחה גדולה.

איינגעשלאסען דא איז א אבשריפט פון מיין בריף צו דער דריטער יערליכער קאנווענשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד, וואס פארשטענדליך איז דאס געווענדעט צו אלא מיטגלידערינס פון נשי ובנות חב"ד אומעטום, און דער אינהאלט איז גילטיג אויך פאר א גאנץ יאהר.

און השם יתברך זאל העלפען, עס זאל זיין א הצלחה'דיקער יאהר אין דער אויבען געזאגטער ארבעט.

און דורך דעם וועט אויך צוקומען אין די ברכות פון השם יתברך אין די ענינים הפרטים פון יעדערע פון די מיטגלידערינס, בתוך כלל ישראל.

בברכה צו גוטע בשורות, ובלשון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 17
Id
rh-rmdkwvwb

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit6289