עברית
Library

Letter 6299a

אסרו חג השבועות, ה'תשי"ח · ה' עליהן תחיינה

ב"ה, אסרו חג השבועות, ה'תשי"ח

ברוקלין, נ.י.

בראנזוויל-איסט ניו-יארק ליידיס אקזילערי פאר די

ליובאוויטשער ישיבות תומכי-תמימים

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן אייער קומענדיגען יערלעכן לאנטשען זונטאג כ' סיון הבע"ל.

איך האף אז אייערע חשובע מיטגלידערינס און געסט וועלן קומען צו דער סעודה של מצוה אונטערן רושם פון דעם יום-טוב פון קבלת התורה וואס מיר האבן אקארשט געפייערט און וואס דארף באווירקן דאס לעבן א גאנץ יאר.

פאר דער אידישער פרוי האט דעם יום טוב שבועות א באזונדערע באדייטונג, וואס ווערט אונטערשטראכן מיט דער מגילת רות. ניט אויפן נאמען פון בועז, דער נשיא פון אידישן פאלק אין יענער צייט, דער אפשטאמלינג פון יהודא בן יעקב, ווערט די מגילה אנגערופן, נאר אויפן נאמען פון רות. דערמיט אונטערשטרייכט די תורה צ אויף אלע צייטן און אין אלע ערטער צ דעם וויכטיגען ארט וואס די אידישע פרוי פארנעמט ווען זי אנערקענט איר פאראנטווארטלעכקייט צו איר היים, צו דער סביבה און צום אידישן פאלק, און נוצט אויס אירע מעגלעכקייטן אין דער ריכטונג. דאן בויט זי די אמת'ע אידישע היים "ווי די היים פון רחל און לאה" און לעגט די יסודות פאר דער גאולה שלימה.

ס'איז איבעריק צו אונטערשטרייכן, אז איינע פון די הויפט אויפגאבען פון דער אידישער פרוי, און אין אונזער צייט און ארט בפרט, איז צו העלפן דערציען דעם יונגען דור אין חינוך הכשר על טהרת הקודש. די וויכטיקייט פון אייער ארבעט איז זעלבסטפארשטענדלעך, איך האף אבער אז אייער טעטיקייט וועט כסדר שטייגען און אויסברייטערן זיך אין אלע הינזיכטן, אין כמות און אין איכות. דער אויבערשטער בלייבט ניט שולדיק, און יעדע הוספה אין דער ריכטונג וועט זיכער ברענגען א הוספה אין דעם אויבערשטן ברכות צו יעדער איינער פון אייך און אייערע בני בית צ שיחיו צ בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה.

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 275 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 17
Id
rh-4q7tyz7v

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit6299a