Letter 6160
ה' ניסן תשי"ח · מרת שולע שפרה תחי'
איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער פורים סעודה פון אלע סניפי נשי חב"ד און השי"ת זאל העלפען אז דער צוזאמענקומען זיך פון אלע סניפים צוזאמען אלס צוגאב צו דעם צוזאמענקומען פון יעדער אפטיילונג באזונדער זאל דערנעהנטערן אלע חבירות מער און מער און ווי דער באוואוסטער לשון ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם, און די גרויסקייט פון דעם שכר פון די אלע וועלכע זיינען זיך משתדל און דעם, איז שוין דאך ערקלערט געווארען בתורתנו הק' תורת חיים.
בברכת הצלחה אין דער הייליקער ארבעט צו שטארקען און פארשפרייטין אידישקייט דורכגעדרונגען מיט חסידות'שע ליכטיקייט און ווארימקייט אלץ מער און מער, און מיט א וואונטש צו א כשר'ן און א פרייליכען יום טוב פסח צו אלע חבירות מיט זייערע בני בית שיחיו.
מרת שולע שפרה תחי': קצנלנבויגן. קליוולנד. אגרת נוספת אלי' - לעיל חי"ב ג'תתפח.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 17
- Id
- rh-0hd8py34
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit