יום ב' דחג הסוכות ה'שי"ת, בסעודה
371
געקלאגט, אַז ער האָט אַ זוהן וועלכער איז ניט שפוי בדעתו ר"ל. האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבענטשט מיט הצלחה און געזונט, — איז דער זוהן געזונט געוואָרן.
ה. עס וואָלט ביי מיר געווען זייער יקר וחביב, ווען יעדערער פון אנ"ש והתמימים וואָלטן פאַרצייכנט בכתב וואָס זיי געדיינקען פון דעם וואָס זיי האָבען געזעהען ביי זייערע עלטערען און זיידעסחסידים, פון זייער אופן התנהגות בכלל, און פון די זמני מועדים לשמחה בפרט, יעדערער זאָל שרייבן ווי ער קען, אין זיין שפּראַך, און טאָמער וועט ער פאַרטוישען אַ א' אויף אַ ע' איז אויך ניש'קשה. אויף דעם ענין איז ניט שייך צו געבן אַ פקודה אָדער אַ התעוררות, אָבער דער הרגש פון חסידות דאַרף דאָס אַליין אַרויסמאָנען. דאָס וואָלט געווען אַ גרויסע תועלת, פאַר זיך וואָלט דאָס געווען דער בעסטער מוסר ספר, און דאָס וואָלט געהאַט אַ גרויסע פעולה אויף די קינדער און די משפחה און די סביבה.
ו. ביי די רביים איז געווען זייער יקר אַ חסידות'ער פאַרבריינגען. דער מיטעלער רבי האָט געזאָגט — אין איינעם פון זיינע קורצע מאמרים — אַז אַ חסידות'ער פאַרבריינגען איז די ד' דפנות פון דער רוחניות'דיקער מקוה. מען מיינט ניט פאַרבייטן גיין אין מקוה, ניט נאָר ווען מען מוז על פי גליא שבתורה, נאָר אפילו מקוה טהרה. אַ חסידות'ער פאַרבריינגען, וואָס מען רעדט דאָרטן און מען איז מבאר אַ פנימיות'דיקן וואָרט, מען זינגט אַ חסידות'ן פנימיות'דיקן ניגון, און אַ ניגון וואָס מען האָט מיט אים געדאַוונט — דאָס איז צוויי ענינים — אַ אויסגוס געוויין, ניט אַ געוויין פון צער נאָר אַ געגועינפש'דיקן געוויין, פון הרגש פנימיות עצם הנשמה, דאָס איז די ד' דפנות פון אַ חסידות'ער מקוה.
ז. לחיים! דער אויבערשטער זאָל העלפן מען זאָל וויסן מער. און דערווייל זאָל מען טאָן מיט וואָס מען ווייס.
ח. מען דאַרף זעהען מאַכן חסיד'ישע מנינים, מען זאָל האָבן אַ חסיד'ישן רב, אַ חסיד'ישן גבאי, אַ חסיד'ישן שמש, דאָס איז אַזוי נויטיג ווי דער חסידות'ער נוסח. דאָס דאַרף מען מאַכען אָן אַ שטאָך, מען דאַרף אַראָפּשניידען די שטעכיגע נעגליג. מען דאַרף נעמען מיט דעם שאַרף צו זיךיד. אַמאָליקע חסידים האָבען ניט געגעסען מיט אַ גאָפּעל נאָר מיט אַ לעפל, ווייל אַ גאָפּל האָט דריי שטעכיגע ציינער. מען דאַרף האָבן אַ כלי צו עסן נאָר אַ לעפל וואָס איז גלאַט. צו יענעם דאַרף מען ריידן גלאַט און בקירוב, מיט גלאַטקייט קען מען אַ פולע אויפטאָן. אויב מען זעט עפּעס ביי יענעם, דאַרף מען ניט אין כעס זיין אויף יענעם נאָר אויף זיך. מען דאַרף טאָן מיט זיך און דאָס זאָל פועל זיין אויף דעם זולת.
ט. (אחר ברהמ"ז כשהתחילו לצאת מהסוכה אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מען דאַרף זינגן אַ ניגון, אַז די סוכה זאָל ניט זיין אומעטיג, און זי וועט וואַרטען ביז מען וועט ווידער קומען צו איהר.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-b78jg72e
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.