עברית
Library

יום ב' דחג הסוכות ה'שי"ת, בסעודה

369

ב. ווען איך בין נאָך געווען גאָר אַ יונגער אינגעל האָט מען אַמאָל פאַר­בראַכט שמחת בית השואבה אין סוכה, און איך בין אויך דאָרט געווען. אַז עס איז געוואָרן זייער שפּעט אין דער נאַכט בין איך איינגעשלאָפן. אין דער פרי, ווען איך האָב זיך אויפגעכאַפּט האָב איך נאָך געטראָפן החסיד ר' הענדלב און החסיד ר' שמואל ברוךג זיצן אין סוכה און פאַר­בריינגען.

ווען איך בין דאַמאָלסט איינגעשלאָ­פען אין סוכה אויף אַ באנק, איז כבוד אמי הרבנית אַריינגעקומען מיר אַריינ­נעמען אין הויז, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ניט געלאָזט, און געזאָגט:

זאל ער זיך וואַלגערן צווישן חסידים, און דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז ער זאָל זיך אויסוואַלגערןד.

דאַמאָלסט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך געבענטשט מיט אריכות ימים.

יעדערער דאַרף וויסען, אַז אריכות ימים איז דער פירושה, אַז עס זאָל זיין אַ יומא אריכתא, אַז וואָס עס דאַרף זיך אָפּטאָן במשך דעם טאָג זאָל אָפּגעטאָן ווערן. מיט דער ברכה פאַר אריכות ימים מיינט­מען טאַקע פשוט אין גשמיות אריכות ימים ושנים, נאָר אין די אריכות ימים גופא דאַרפן די טעג זיין יומי אריכתא, אַז דער טאָג זאָל ניט צוקראָכן ווערן מיט גאָרניט. מען דאַרף וויסן ווען עס ווערט טאָג, און מען דאַרף וויסן יעדע שעה פון טאָג, און טאָן אַלץ וואָס עס דאַרף זיך אָפּטאָן במשך דעם טאָג, און דאַמאָלסט איז דאָס אריכות ימים.

ג. ווען איך בין נאָך געווען גאָר יונג, האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געלערנט ווי צו נעמען אַ זאַך ברמז, פאַרשטיין יעדן ענין ברמיזא.

נכנס יין יצא סודו. יין איז יינה של תורהז, די הבנה און השגה אין תורה און די טהרת ההשגה. יצא סוד דער העלם העצמי, און מען איז משיג דעם העלם העצמי. יין איז בגימטריא ע' און סוד איז אויך בגימטריא ע'ח נאָר דער חילוק איז, יין בגימטריא ע' איז דאָס צוויי יודי"ן און אַ נו"ן, און סוד בגימטריא ע' איז דאָס ס' ו' ד', און די וואָס ווייסען קבלה ווייסען דעם הפרש אין דעם.

ד. (כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן את הניגון "הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד" כפי ששרו אותו בליובאַ­וויטש, ואחר שנגנו אותו אמר:)

אויף דעם ניגון איז דאָ אַ פירוש און אַ ביאור און אַ סיפור דברים.

אין יאָהר תרמ"ו בערך ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אין יאלטאט פלעגט ער דאַוונען אין אַ קלויז פון חסידי­פולין. אַז עס איז געקומען חודש אלול האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זיך געפירט ווי אין ליובאַוויטש כדרכו בקודש. אין שוהל איז דאָרט געווען אַ גבאי און אַ שמש, און הוד כ"ק אאמו"ר

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6a5csnma

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources