עברית
Library

רשימה

393

בלומענטהאַל. וועמען מען האָט גערופן אין ליובאַוויטש הערציל דער שרייבערה.

באַ אונדז אין חצר איז הערציל דער שרייבער געווען דער וואָס פלעגט ער­ליידיגן אַלע זאַכן וואָס האָבן געהאַט אַ שיייכות מיט דעם פריץ פון שטעטל, מיט דעם אוריאַדניקו און מיטן פריסטאָווו, וועלכע פלעגן אונדז מכבד זיין פון צייט צו צייט מיט זייערע וויזיטן.

הערציל איז געווען אַ פּראָדוקט פון דער ליובאַוויטשער השכלה­שול וואָס די רוסישע רעגירונג האָט געגרינדעט אין ניקאָלאַי דעם ערשטנס צייטן.

די ליובאַוויטשער צוואנג השכלה­שול האָט אַ בעזונדער וויכטיקע דברי הימים אין וועלכן עס שפיגלט זיך אָפּ דער לעבנס­סדר אין די קליינע שטעט­לאַך אין די רוהיגע אידיש­וואַרימע היימען פון יענער צייט.

ב. מיין חינוך, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך געווען הויבט זיך אָן אין די גאָר גאָר פריעסטע קינדער יאָהרן.

איינע פון די פיעלע הדרכות אין דרכי החסידות, באַ חסידי חב"ד בכלל און בית רבי בפרט, איז צו מאַכן וויסן אַ קינד פון גאָר גאָר יונג אַז מען בעדאַרף זיין געהיט פון זיין איבערקלייבעריש וואָס צו עסן אויך ניט איבערקלייבעריש אויף וואָס צו שלאָפן, און זיין אימער ריין הן קערפּערליך און הן אין קליידונג.

ג. אין יאָהר תרמ"ג ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז עובר לפני התיבה אַלע דריי תפילות, שחרית, מנחה ומעריב, ביים זיידן אין חדרו, וואו אַלעס — די ספרים, כתבים, דער שרייב­טיש און די איבעריקע מעבל — איז נאָך געווען מסודר ווי בחיי דעם זיידן בעלמא דיןז, פלעגט מיך די מאַמע אַריינפירן און אַוועקזעצן אין איינע פון די גרויסע פאָטער­שטולן, און אָנזאָגן מיר איך זאָל זיין שטיל און פאָלגן וואָס ר' יוסף מרדכי משרת*7 וועט מיר זאָגן.

דעם טאַטנס דאַוונען פלעגט מיך מאַכן וויינען, נאָר איך פלעג זיך שטאַרק היטן דער טאַטע זאָל ניט הערן מיין געוויין.

איך פלעג זיך היטן ניט צו פאַרפעלן אַ אמן, שפּרינגען קדוש און זיך בוקן צו מודים.

ד. מיין מוטער האָט מיר דערציילט אַז איך פלעג דאַן אַלץ פרעגן וואו איז דער זיידע און פאַרוואָס וויינט דער טאַטע.

איך בין דאַן געווען שטאַרק בלייך און פלעג וויינען. איך בין בטבע בתולדתי אַ שטאַרק פאַרשלאָסענער, ניט אַרויסצו­ווייזן מיינע געפיהלן, און האָב שטאַרק ניט ליעב, ריכטיקער געזאָגט — פיינט, ווען מען לייגט רחמנות אויף מיר.

מיין מוטער האָט געזעהען ווי מיך פאַרפאָלגט עפּעס אַ אינערליכער גע­פיהל, האָט זי ריכטיק בעגריפן אַז דאָס איז אַ פועל­יוצא פון דעם טאַטענס דאַוונען, און פון דאַן אָן האָט זי מיך מעהר ניט געלאָזט זיין אין דעם צימער בזמני התפלה.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-j7aqk1j2

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources