עברית
Library

חורף ה'שי"ת

391

אידען, בני ובנות ישראל, דאַרפען און מוזען דורכגיין די גאַנצע וועלט מיט תורה ומצות.

די ששת ימי השבוע פון דער וועלט זיינען די שיתאטו אלפי שנין דהוי עלמא, איצטער איז שוין פרייטאָג, יום השישי, נאָך האַלבען טאָגטז, מען בעדאַרף זיך שוין גרייטען צום הייליגען שבת קודש.

ז. דאָס וואָס מען האָט מבאר געווען, האָט מען דאָס אַלץ גערעדט בכללות דעם שנירל­סדר פון עולם, דאָס הייסט דער שנירל­סדר פון דער התהוות הכלי וואָס א"ס ב"ה האָט געגעבען נשמות וואוהין זיי דאַרפען — דורך עבודה אין תורה ומצות בעלמא דין הגשמי והחומרי — ממשיך זיין דעם אור עצמי פון עצמות א"ס ב"ה.

און בכדי מגלה צו זיין דעם רצון העליון פון עצמות א"ס ב"ה זיינען די צוויי אופנים פון גליא און נסתר, וואָס הן אין גליא איז פאַראַן דער אופן הגלוי לכל און דער אופן הנסתר, וואָס איז גלוי רק ליחידי סגולה און הן אין סתום איז פאַראַן גליא, וואָס איז ידוע לכללות הצדיקים און דער סתום וואָס איז ידוע נאָר לצדיקים הנסתרים, וואָס השי"ת האָט מעמיד געווען צדיקים נסתרים און צדיקים נגלים.

דער דרך פון די צדיקים הנסתרים איז אַ דרך פנימי וכמוס, ניט נאָר זיי זאָלען פירען דעם עם ישראל אין די טרוקענע דרכי תורה ומצות נאָר אויך אַריינגעבען אין זיי אַ אינערליכען באגער צו דעם הרגש פנימי געפיהל.

דער ערשטער פון די צדיקים נסת­רים, וואָס איז — על פי ציווי מלמעלה — נתגלה געוואָרען, איז מורנו הבעל שם טוב.

דער סדר הקבלה איז: מורנו הבעל שם טוב האָט מקבל געווען פון אחי' השילונייז און האָט די ענינים מגלה און מוסר געווען צו זיינע תלמידים הקדושי' און האָט בוחר געווען את רבינו המגיד ממעזריטש און האָט אים מסמיך געווען אַז ער זאָל זיין דער מנהל און מנהיג עדת הצדיקים תלמידי מורנו הבעש"ט און די עדת הצדיקים הנסתרים.

ח. איך בין גאָר ניט זיכער אַז איך האָב שיים אין די עטליכע פרקים גע­מאַכט די ריכטיקע הקדמה צו דעם וואָס איך וויל אייך דאָ איבערגעבען.

מיין ניט זיכערקייט אין דעם, צי די הקדמה רייד זיינען באַ אייך צו­גענומען אין אַ פנימיות אַז מען קען שוין איבער­געבען דעם פנימית וואָרט, איז ווייל במשך פון די איבער פופציג יאָהר האָט זיך דער מצב רוחני אין חסידות השכלה והבנה בכלל און אין עבודה פון תפילה און תיקון המדות בפרט געביטען.

ריכטיקער געזאָגט ניט עס האָט זיך געביטען, נאָר מי האָט דאָס געביטען.

אַמאָל איז געווען באַ חסידי חב"ד עובדים גרויסע, און משכילים מהיכי­תיתי, איצטער איז מען גרויסע במאי­קאמיפלגי'ס, משכילים און עובדים מאן דכר שמי'.

יעדער איינער פון אנ"ש ותלמידי התמימים בעדאַרף זיך גוט און אמת­פנימיות'דיק אדעתא דנפשי' פאַרטראַכ­טען ניט בכללות נאָר טאַקע בפרטי פרטיות און קומען צו דעם אמת'ן עבודה­בעשלוס אַז מען בעדאַרף זיין אַ

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-mq0c9hr3

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources