עברית
Library

יט­כ כסלו, ה'שי"ת

383

ע"י עבודה דוקא. ביי חסידים איז ניטאָ סתם אַזויג.

ביי דער וועלט איז דאָ אַן עילוי, אַ מופלג, עס פאַנגט זיך אָן פון אמצע, אַלץ ווייסט ער, ער האַלט שוין אינמיטען.

ביי חסידים פאנגט זיך אָן פון אלף, און נאָך מער, פאַר דעם אלף.

אין אַ ספר תורה זיינען דאָ די ד' שיטין פנויות, דער חלק, די לבנונית, דאָס איז דער למעלה מהשכלד, מען מיינט ניט אַז עס איז ניט קיין שכל, עס איז שכל עצמי העכער פון שכל גלויה, עס דאַרף האָבען שרטוט, דאָס הייסט, אַז מען דאַרףו, עס איז דאָ וואָס צו שרייבען נאָר מען קען ניט שרייבען. עס איז העכער פון התלבשות אין אותיות.

דאָס איז אַ יסוד מוסד אין תורה.

אַ איד איז אַ ספר תורה. די פשיטות פון אַ אידען איז פשיטות העצמי, דער ביטול העצמי. אַ איש פשוט — טוט. ער ווייס ניט פאַרוואָס, ער טראַכט ניט, ער טוט. דאָס איז די פשיטות העצמי, די נקודה עצמית פון אַ איד, דאָס פּינטעלע איד.

ב. מיט צענדליגע יאָהרען צוריק האָב איך געהערט אַ ביאור והסבר פון דעם ענין, אַז דער רבי — אדמו"ר הזקן — איז די נקודה התחתונה פון סגולז. עס איז דאָ אין דעם אַ סיפור ארוך.

דער בעש"ט האָט געזעהן די מעלה פון אנשים פשוטים, ביי די אנשים פשוטים איז די פשיטות העצמותח. דאָס איז די נקודת הסגול פון צד ימין וואָס ימין איז חסד.

דער מגיד האָט געוואָלט אַז עס זאָל נתגלה ווערן די נקודה פנימית ועצמית. דער מגיד האָט זיך פאַרנומען מיט די בני תורה אידען, בעלי השגה והבנה, דאָס איז די נקודה שמאלית פון סגול.

דער רבי — אדמו"ר הזקן — האָט זיי געמאַכט פאַר כלים עס זאָל קענען נתגלה ווערען די נקודה פנימית ועצמית.

דער רבי האָט ניט געקענט צו­זעהן דעם רחמנות פון די אנשים פשוטים.

אט דאָסט וואָס דער בעש"ט האָט מחדש געווען און דער מגיד האָט מגלה געווען האָט דער רבי ממשיך געווען און געמאַכט פאַר כלים, דורך וואָס עס זאָל קענען ביי יעדען נתגלה ווערען די נקודה פנימית ועצמית, די פשיטות העצמות.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qr940h27

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources