עברית
Library

ליל ב' דר"ה תש"ט בסעודה

274

האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיועהן נזהר עפּעס ריידין אַ חוץ גאָר דריגענדע זאַכיןח, אויך דאָס פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר זאָגין זייער קורץ און בשפה רכה.

ווי אין דער רוב מצות איז פאַראַן עשה ולא תעשה, איז באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיועהן אין דעם ענין פון התחלת הדיבור אין דער התחלה פון שנה. די עשה איז גיוען אָנהייבען דעם דיבור פון יאָהר מיט דעם דיבור פון חסידותז, און דער לא תעשה איז די זהירות אין גאָרנישט ריידין אין ענינים וואָס זיינען בלתי נצרכים ביותר.

ד. די פתיחת הדיבור אין אַ חב"ד חסידות'ר התועדות פאַרבריינגען בע­דאַרף זיין אין און מיט אַ חב"ד חסידות תורה און עבודה וואָרט.

דער נושא ותוכן פון דעם ריידין דעם עבודה וואָרט, ניט נאָהר סתם גירעהט, אָדער געוואונשען זיך. עס איז דאָ אַ שיטה פון רעדען, צי יע טאָן אָדער ניט טאָן, מ'רעדט. עס איז דאָ אַ שיטה פון ווינשען זיך, צי ער איז יע ווערט אָדער ניט ווערט, — ער איז דאָך דאָ און די זאַך איז אויך דאָ, ווינשט ער זיך. וואָס באמת דאַרף זיין אַזוי, ווייל דער וועל פון אַ אידען נעמט זיך פון נשמה און נשמה קען צוקומען צו די העכסטע מדריגות. דער רבי — אדמו"ר הזקן — האָט אויפגעטאָן, אַז עס דאַרף זיין אַ כלי, וואָס אַ כלי האָט אַ תוךט. אַ גרויסע שיסעל איז ניט די גרויסקייט אין די חיצוניות הכלי, נאָר אין דעם תוך, — אַ גרייסער תוך.

אַה, אין חב"ד איז יעדער ענין מיט אַ מדידה עצמית און מדידה פנימית.

דער צירוף פון אַלטען רבין און דער בעש"ט איז, — דער בעש"ט האָט אויפגעטאָן, אַז יעדער דבר פעוט און יעדער דבר קטן איז דאָס אַ הוראה אויף אלקות, דער אַלטער רבי האָט אַריינגי­שטעלט דורך תורת חסידות חב"ד ווי יעדער תנועה קטנה אין און דורך עבודת החסידות איז אַ שליבה אין דעם סולם העלי' עד רום המעלות.

ה. יחזקאל הנביא איז גיועהן אַ גלות נביא, ווי חז"ל זאָגיןי אויף דעם פסוק הי'ה הי' דבר ה' וגו'יא. יחזקאל האָט מגלה און ממשיך [גיועהן] גילוי אלקות אין גלות, ער האָט די גלות פאַרשקלאַפטע אונד עניות אויסגעמאַטערטע ערקלערט די טיפסטע עניני אלקות פון מעשה מרכבה.

ו. דער טאַטע, איז אונזער חסידי חב"ד'ישר יחזקאל הנביא. מיט זאיינע מאמרי חסידות איז ער מגלה מיט הש­כלה ביאורים מעשה מרכבה אונד מעשה בראשית, מיט די קונטרסי עבודה און שיחות ערמעגליכט ער אַז יעדער איינער ווי קליין אין ידיעה והשגה ער זאָל ניט זיין, זאָהל ער לפי ערכו קאָהנען שטאַיי­גין אויף די שליבות פון דעם סולם העלי'.

ז. עס איז אַ סדר מסודר באַ נשיאי חב"ד אין סדר הנהגה פון ערב ר"ה, אַז

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-gq7ytcjq

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources