עברית
Library

שיחות חג הפסח

סדר השני של חג הפסח תש"ח

סדר השני של חג הפסח תש"ח

א. הא לחמא עניא.

ה"א, אין ספירות איז ספירת הבינהא. בינה איז השגה, וואָס ער פאַרשטייט דעם ענין, וואָס ער איז משיג בהבנה טובה; איז פאַרוואָס איז ה"א אַ לחמא עניא? נאָר דער תירוץ איז מיני' ובי': עס איז טאַקע לחמא עניא, ווייל השגה איז דאָך נאָר אין דעם וואָס מ'קען פאַר­שטיין, דער תכלית הכוונה איז דאָך אָבער צוצוקומען צו למעלה מההשגה.

און דאָס איז דער ביאור וואָס ער זאָגט ווייטער: די, דאָס מיינט מקשר זיין השגה, לחם עוני, צו דעם יו"ד; וואָס יו"ד ה"א, יו"ד איז חכמה, ה"א איז בינה.

אכלו אבהתנא בארעא דמצרים — אכלו מלשון כליון, הפי' אַז דורך דעם זיינען זיי מכלה דעם ארעא דמצרים. דער כללות ענין פון שעבוד הגלות איז דאָך וואָס מען פאַרלאָזט זיך נאָר אויף פאַרשטאַנד, אָבער דורך דעם חיבור פון השגה צו למעלה מן השגה, איז מען מכלה דעם ענין הגלות.

וואס ווערט דערפון? איז דער ענט­פער: דערפון ווערט, אַז כל דכפין ייתי וייכול, אַז דער וואָס איז הונגעריק צו אלקות, ייתי — קומט ער צו, צו כלות הנפש, וייכול מלשון כלות. כל דצריך ייתי ויפסח, כל דצריך — דעם מילוי פון די שליחות פון זיין ירידת נשמתו למטה, ייתי ויפסח — שפּרינגט ער איבער אויף די ענינים הגשמיים.

השתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל, וואָס דעמאָלסט וועט מען דאָ דערהערען די מעלה פון ארעא דישראל; וואָרום ארץ ישראל איז דאָך אויך אין עולם הגשמי, וועט מען דערהערען די מעלה דערפון.

השתא עבדין — די עבודה בבחינת עבודת עבד; וועט מען דעמאָלסט צוקומען אַז לשנה הבאה בני חורין, דאָס מיינט אַז מען וועט זיין בני חורין פון די עבודה באופן קבלת עול, נאָר מען וועט האָבען אַ געשמאַק אין די עבודה.

ב. מען האָט שוין אַמאָל דערציילטב וועגען איינעם פון די שפּאַציר­גענג וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געגאַנגען מיט מיר אין אָווענד, אין רוסטוב­דאַן, און האָט זיך אָפּגעשטעלט ביי אַ פענסטער פון אַ גרויסען געשעפט וואו מען פאַרקויפט פאַרשידענע מאַשינען. אַוועקגייענדיק פון דעם פענסטער זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער מאור השכלה פון חסידות דאַרף און קען יעדער זאַך געברויכען אין עבודה.

ג. אין די דרכי החסידים אין עניני עבודה עפ"י דרך החסידות איז פאַראַן ד' ענינים: א) דער לימוד החסידות פאַר'ן דאַוונען, ב) הכנה צו דעם דאַוונען, ג) די התבוננות בתוך התפלה, ד) דער פירוש המלות; אָבער נאָך אַלעם דעם איז דער עיקר, אַז מען דאַרף טאַקע זאָגן די ווערטער מיט אַ חיות.

והתחיל לומר הפיסקא: הא לחמא עניא.

ד. מה נשתנה.

יעצט דאַרף מען זיך נעמען צו מ"ה. עס איז געווען דפוסים אין וועלכע עס איז ניט געשטאַנען אין דער הגדה אין די הקדמה צו מה נשתנה, דער וואָרט "נש­

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-v0ysyrep

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources