עברית
Library

שיחות חג הפסח

202

איז דערנאָך קומט ער צו, צו הודו לה'. און דאַן קומט די עבודת התפלה.

ז. (אחד מזקני אנ"ש אמר שהועילה לו עבודת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בגש­מיות וברוחניות, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) פאַרלאָזען זיך אויף דער עבודה פון רבי'ן איז אַ פּוילישער דרךז. עס איז געוויס איינע פון די דרכי הקדש, וואָס תלמידי מורנו הבעש"ט האָבן מסדר געווען בדורותיהם לבניהם ותלמידיהם הנמשכים והולכים באורחות חייהם.

הוד כ"ק רבנו הזקן האָט פותח גע­ווען דעם דרך החב"ד, אַז יעדער איינער בעדאַרף אַליין טאָן, ניט פאַרלאָזען זיך אויף דעם רבי'ן אַז דער רבי וועט אַלעס טאָן און די חסידים בעדאַרפן זיין נאָר נמשכים אחריו און נהנים לאורו דורך אַ סיפור אָדער אַ ניגון מיט אַ ריקוד.

דער דרך החב"ד איז אַז יעדער איינער זאָל אַליין טאָן אין אַלע עניני עבודה, יעדער איינער כפי מעלת חושיו ומדריגת מדותיו. עס קען אַמאָל טרעפן אַז באמת האָט מען אַ המשכה עצמית נאָר עס איז זייער מוסתר ונעלם, אַז אין די כחות הגלוים איז דאָס זייער בע­האַלטן, דאַרף מען בעטען דעם אויבער­שטען אַז מען זאָל דאָס דערהערן.

ח. החסיד ר' מיכאל דוואָרקין שי'ח ניגן הניגון הידוע של ר' מיכל'ע זלאָ­טשעווערט, וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַמאָל האָט ר' מיכאל שי' דוואָרקין געזונגען ר' מיכל זלאָטשעווער'ס ניגון פאַר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"קי, האָט ער געזאָגט אַז ער האָט הנאה געהאַט פון דעם ניגון, אין דעם ניגון הערט זיך בעל שם.

ט. (נמשך הדיבור אודות ההנהגה בבית רבי בעת שדרו בראָסטאָוו, וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אַמאָל פאַר פסח איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגע­גאַנגען אין חדר וואו מען האָט גע'כשר'ט די כלים אויף פסח, מען האָט גע'כשר'ט די פסח'דיגע כלים אויך. בשעת דעם כשר'ן האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַכטונג געגעבען אויף דעם סדר ואופן ההגעלה.

בעת מען האָט גע'כשר'ט דעם סאַמאַוואַר האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגעוואָרפען עטליכע אָנגעגליטע שטיינער אין די וואַסער, אַז עס זאָל זיצען, און געעפענט דעם קראַן (ברזא) פון וואַנען עס גייט אַרויס די וואַסער; האָט זיך די הייסע זודיגע וואַסער אַ גאָס גיטאָן אויפן האַנד פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"קיא. ר' מיכאל שי' וועלכער איז דערביי געשטאַנען האָט אַ געשריי גע­טאָן: אַיי רבי! איר בריהט זיך די פינגער.

האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט מיט זיין הייליגען פנים צהובות: די פינגער זיינען דען ניט קיין חסידישע? אַ חסיד סיי עס איז קאַלט, סיי עס איז הייסיב, דאַרף אים ניט אָפּהאַלטען פון דעם וואָס מען בעדאַרף.

כ"ק אדמו"ר שליט"א פנה להחסיד ר' מיכאל דוואָרקין שי' ואמר: איך בין דיר זייער און זייער מחזיק טובה, אַז מען געדיינקט אַזאַ וואָרט און מען רעדט אים איבער מיט דעם הרגש פנימי ווי בעת מען האָט אים געהערט, בריינגט דאָס אַ

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-5e0krxs6

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources