עברית
Library

י"ט כסלו תש"ח

181

ניט אַז חג"ת'ניקעס איז נאָר חג"ת און ניט חב"ד, חב"ד'ניקעס מיינט מען ניט נאָר חב"ד און ניט חג"ת, עס ווענדעט זיך נאָר אין די התחלה פון וואַנען מען הויבט אָן. און דער עיקר פון חסידות איז עבודה.

דער אַלטער רבי ביז ער איז געפאָרן אין מעזריטש האָט זיך אָפּגעגעבען נאָר מיט בני תורהד, לאחר ווי ער איז צוריק­געקומען פון מעזריטש און וויסנדיק די כוונה פנימית, האָט ער זייער מקרב געווען דוקא אנשים פשוטיםה.

אין דעם בריוו וואָס כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר צוגעשיקט צו י"ט כסלו תרס"ב ווען ער איז ניט געווען אין ליובאַוויטשו — "היום הזה הוא ר"ה לדא"ח אשר הנחילנו אבותינו הקדושים זצוקללה"ה נ"ע זי"ע, והיא היא תורת הבעש"ט ז"ל. זה היום תחלת מעשיך כו'" — איז דאָרט אָנגעדייטעט דער ענין ברמז.

ג. וועןז דער אַלטער רבי איז געקו­מען פון פּעטערבורג האָט ער געזאָגט: פאַר זיך האָב איך גאָר קיין מורא ניט געהאַט, איך האָב געזאָגט: ב"ה וואָס דער מאסר האָט פּאַסירט נאָך 25 יאָרח אַרבעט עבודה פנימית מגלה זיין תורת הבעש"ט, דער ענין האָט זיך שוין אויף געטאָן. איך פאַר זיך אַליין האָב איך ניט מורא געהאַט.

דער אַלטער רבי האָט זיך מוסר נפש געווען אויף דריי זאַכן: פאַר דעם אויבערשטן, פאַר תורה, און פאַר ארץ ישראל. א) פאַר דעם אויבערשטן — קידוש השם. ב) פאַר תורה — דאָס איז תורה ומצות, תורה אַן מצות איז גאָרניט. תורה מיינט מען ניט ווי ער פאַרשטייט די תורה מיט זיין שכל, נאָר מיט זיין שכל זאָל ער פאַרשטיין די תורה וואָס די תורה וויל. וה­ג) ארץ ישראל, ווי עס איז ידועט אַז דער אַלטער רבי האָט אויסגעהאַלטען רבותינו הקדושים מיט זייערע משפחות און משפחות אנ"ש וואָס האָבען זיך באַזעצט אין ארץ ישראלי.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-03eyk3wy

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources