ליל שמח"ת קודם הקפות תש"ח
176
הרה"ג החסיד. . . האָט אַמאָל געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, פאַרוואָס ער וואַשט זיך נט"י לסעודה דריי מאָל אויף יעדע האַנט, איז דאָס נאָר אַ מנהג?
האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט: דער מקור הדין געדענק איך ניט, נאָר אַז איך טו אַזוי בין איך זיכער אַז דאָס איז אַ הלכה, ווייל ווען איך האָב — פאַר מיין בר מצוה — געלערנט שו"ע או"ח האָב איך אויסמושטירט מיין גוף אַז יעדער אבר זאָל טאָן דאָס וואָס איז נוגע צו אים עפ"י הלכהיב.
נאָכדעם האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געוויזן אַ ב"י אין טור יו"ד הלכות מליחהיג, וועגען הדחת הבשר ג' פעמים אחר מליחה וכן לנטילת ידים.
י. הרב"גיד אמר לחיים והזכיר את אנ"ש והתמימים שבפּאַריז, ואמר כ"ק אד"ש: עס איז קבוע בלב [והראה בידו הקדושה על לבו].
אח"כ נתן כוס משקה לרב"ג ואמר: גיב זיי איבער אַ פנימיות'דיגן גערוס און אַ פנימיות'דיקע ברכה.
יא. מען האָט אַמאָל גערעדט, אַז דער הפרש פון אַ עצמי און אַ פנימי איז, וואָס אַ עצמי איז מרחיב די כלי המקבל און אַ פנימי איז מכניס אור אין מקבל.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, מיט זיין פאַרבריינגען שמח"ת פאַר הקפות, האָט געעפנט ביי יעדערן די פנימיות דפנימיות פון זיינע עצמיות; נאָר מען האָט דאָס ניט געדאַרפט פאַרשלאָפןטו.
הערט תמימים! אָט דאָס וואָס מען גיט אייך יעצט, זאָלט איר דאָס ניט פאַרשלאָפן און עס זאָל ניט זיין אין דעם קיין סתימה, מיט אַ טרער אָדער אַ טאַנץ יעצט קען מען אַ פולע נעמען.
יב. שמח"ת איז ווייניג גערעדט, גוט געטראַכט.
יג. אין קדושה אין גורעין אלא מוסיפין.
יד. לחיים, אָט דאָס וואָס דער אויבערשטער גיט אידן זאָל זיי דאָס אָנקומען.
דער אויבערשטער גיט אידן אַ סאַך, דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז עס זאָלן ניט זיין קיין מניעות ועיכובים, עס גייט דאָך פון זייער ווייט און עס זיינען דאָ אויפ'ן וועג אַ סאַך פאראגעס, אָבער אַז עס גייט מיט אַ תוקף ברעכט דאָס דורך אַלץ.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-w4swrpp8
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.