י"ט כסלו תש"ז
98
רבינו הזקן בפנים צהובות ויאמר לו: הנותן גמ"ח לאיש ישראל בלבב שלם בלי שום פני', והעושה טובה לישראל באהבה כצווי ואהבת לרעך כמוך, שערי היכלי מעלה פתוחים לפניוס.
כשסיפרסא הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק את הסיפור הזה לבנו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — בשנת תרט"ז — אמר לו: מיט דעם וואָס מען העלפט אַ אידן אין פרנסה, אפילו פאַרדינען זיבעציג קאָפּיקעססב אין אַ קעלבל, עפנט זיך פאַר אים אַלע שערי היכלות העליונים.
בשנת תרל"ט סיפר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש את כל הנ"ל לבנו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ויסיים:
מען בעדאַרף אפילו וויסן די וועג צו די היכלות העליונים, נאָר דאָס מאַכט ניט אויס, דער עיקר דאַרף זיין צו העלפן בלבב שלם מיט אַ געפיהל, האָבן אַ געשמאַק אין אַ טובה טאָן אַ אידן.
כא. עס איז שווער צו ריידן ווי אַזוי דער היינטיגער דאַוונען גייט צו, ווען מען מאַכט דעם קשר, דעם ד' מיטן י', דאַוונט מען פון פאָרנט, מען זאָגט הודו וברוך שאמר און מען איז שוין גרייט צו ברכו, מען גיט אַ געשריי שמע ישראל און מען דאַוונט שוין שמו"ע, מען איז ניט מדקדק צו ענטפערן אמן יש"ר, מען לייגט ר"ת'ס תפילין און עלינו זאָגט מען שוין אין פאליש, און אַז עס מאַכט זיך אַ געשמאַקער דברים שמועס שטעלט מען זיך אָפּ, אויף דעם איז דאָ צייטסג.
מען בעדאַרף טאָן אין עבודת התפלה אַזוי ווי עס בעדאַרף צו זיין, מען בעדאַרף אויך פאַרבריינגען. אַ פאַרבריינגען איז ניט די בראַנפען מיטן פאַרבייסען, דער עיקר ביי אַ פאַרבריינגען איז אַז עס זאָל דערנעמען.
נאָך יעדער פאַרבריינגען איז געווען אַ בכן, אשר על כן — מען דאַרף ווערן אַ דאַוונער, מען דאַרף מאַכן אַ קנייטש אין סידור, דאַוונען דאַרף מען אינגאַנצן נאָר מען דאַרף מאַכן אַ קנייטש אין סידורסד, פון הודו ביז ברוך שאמר אַ סטאַנציע — חסידים פלעגן אַמאָל פאָרן פערטע קלאַס און גיין צופוס, היינט איז די מאָדע מען פליהט מיט עראָפּלאַנען — פון מודה אני ביז הודו איז אויך אַ גרויסע סטאַנציע.
מען בעדאַרף אָנהויבן גיין אין חדר, מען בעדאַרף קליגער ווערן וועט מען ממילא ווערן פרימער.
כב. רבינו הזקן איז געווען אַ נשמה חדשהיג, און דער בעש"ט האָט געוואָלטסה אַז דער אַלטער רבי זאָל אים ניט קענען ווייל ער איז שייך להמגיד, וכשהי' בן ג' שנה והביאוהו להבעל שם טוב האָט ער געהייסן עס זאָל שטיין הינטערן שטאָט גרייט אַ פור אים גלייך אַהיים צו פירן. וכשהביאוהו להבעש"ט הניח ידיו הק' עליו וברכו בברכת כהנים, און האָט געהייסן גלייך אַוועק
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-c89mtagq
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.