עברית
Library

סעודת ליל ב' דר"ה תש"ח

160

אָדער מען דאַרף ניט קיין ביאור, אָדער עס העלפט ניט קיין ביאור. בכלל איז אפילו אַ נשמה פרטיות האָט אויך ענינים כלליים, בפרט אַ נשמה כללית ובפרטי פרטיות אַ נשיא בישראל.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען דעם ראש השנה'דיגען מאמר די צווייטע נאַכט ר"ה נאָך מעריבב. און האָט געזאָגט דעם טעם אויף דעם: מען דאַרף אַז דער דיבור הרשות אין דער המשכה חדשה זאָל זיין אין תורה און חסידות, הגברת הצורה עצמית על החומר און ווערען אַ כלי צו עבודה פנימיותג.

ב. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זיינען געווען פיר סדרים א) דער סדר פון יום א' דר"ה, ב) דער סדר פון צווייטען טאָג ר"ה ביז יוהכ"פ, ג) דער סדר פון די ד' ימים בין יוכ"פ לסוכות, און ד) דער סדר פון די ימי חג הסוכות.

במשך די זמנים פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערמאָנען יעדען טאָג, אַ סיפור, אַ וואָרט אָדער אַ הנהגה פון רשב"י, האריז"ל, הבעש"ט, המגיד מ­מעזריטש, און ביחוד פון הוד כ"ק רבנו הזקן און הוד כ"ק רבותינו הק' זי"עד.

יעדער וואָרט אָדער סיפור איז גע­ווען אַ אור מקורי וחיוני.

ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט, אַז ביי דעם אַלטן רבי'ן איז געווען אַ זמן, וואָס ער האָט געזאָגט תורות אין "ווערטער"ה.

איינמאָל האָט דער אַלטער רבי גע­זאָגט אַ תורה: כי נר מצוה ותורה אורו, כי נר מצוה אַ מצוה איז אַ ליכט, זי בעלייכט דעם גאַנצען גשמי, ותורה אור, אור היום.

ושאלתי אז את הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: אין אַ קורצען וואָרט קען מען דאָך האָבען אַ טעות?

וענה לי:

אַז מען טשעפּעט זיך אָן אין אמת, האָט מען ניט קיין טעות, דוק ותשכח.

ושאלתי עוד: ווי אַזוי?

וענה לי:

די ערשטע זאַך לייג "עם" אַוועק. "איך בין אַ משכיל", "איך בין אַ עובד", מען דאַרף אַוועקלייגען דעם "איך".

ד. בעת מיין בר מצוהז האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאַרבראַכטח יעדען טאָג מיט חסידים במשך אַ גאַנצע וואָךט.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-zv4sra63

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources