עברית
Library

Likkutei Sichos

Nasso 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

29נש אַ

א. פון פּסוק „וכל תרומה גו' אשר יקריבו לכהן לו יהי'"א ברענגט רש"י אַראָפּ „וכל תרומה וגו'", און איז אויף דעם מפרשב; „אמר ר' ישמעאל, וכי תרומה מקריבין לכהנים והלא הוא המחזר אחרי' לבית הגרנותג ומה ת"ל אשר יקריבו לכהן, אלו הבכורים שנאמר בהם תביא בית ה' אלקיךד ואיני יודע מה יעשה בהם ת"ל לכהן לו יהי', בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן".

איז אין דעם ניט מובן;

א) ביי רש"י'ן איז דאָך קשה (לויטן קס"ד אַז דער פּסוק רעדט דאָ וועגן תרומה) בלויז דער לשון „אשר יקריבו לכהן"; וויבאַלד אַז דער כהן איז גאָר דער וואָס איז מחזר אחר התרומה לבית הגרנות, פּאַסט דאָך ניט דער לשון „יקריבו לכהן" וואָס באַדייט, פאַרקערט, אַז די בעלים דאַרפן עס ברענגען צום כהן. אָבער דער עצם חידוש פון פּסוק — אַז די תרומה דאַרף געגעבן ווערן צום כהן — איז ביי רש"י'ן ניט שווער; דער פּסוק וואָלט עס געדאַרפט לאָזן הערן, וויבאַלד אין די פריערדיקע סדרותה ווערט בלויז געזאָגט אַז מען דאַרף אָפּשיידן תרומהח, ניט דערמאָנענדיק דערביי אַז מען דאַרף עס געבן צום כהןז.

לפי זה דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס פאַר אַ שוועריקייט איז דאָ אויפגעקומען איצט, לויט דער מסקנא „אלו הביכורים", וואָס רש"י איז דאָ אויסן צו פאַרענטפערן מיט דער באַוואָרעניש „ואיני יודע מה יעשה בהם — ת"ל לכהן כו'"?

מען קען ניט זאָגן, אַז נאָכדעם ווי רש"י ברענגט דעם פּסוק (וואָס שטייט ביי ביכורים) „תביא בית ה' אלקיך" (צו מוכיח זיין פון לשון „תביא" אַז ביכורים דאַרף מען ברענגען אין בית המקדש, דעם אָרט וואו עס געפינען זיך כהנים, און דערפאַר איז רעכט צו איינלערנען אַז „יקריבו" אין אונזער פּסוק מיינט ביכורים), וואָלט געווען אַ קס"ד צו זאָגן, אַז פון דעם פּסוק גופא איז שוין פאַרשטאַנדיק אַז דאָס דאַרף געגעבן ווערן צום כהן; און דעריבער דאַרף רש"י דאָס שולל זיין און זאָגן, אַז טראָץ דעם פּסוק הנ"ל איז „איני יודע מה יעשה בהם"

— קען מען אָבער אַזוי ניט איינ־30לערנען, ווייל עס איז מובן בפּשטות (אויך אָן פּי' רש"י) ובמילא איז ניט שייך באַ דעם אַ סגנון פון „ואיני יודע כו'" — וואָרום: מאי קמ"ל? אין פּסוק „תביא בית ה' אלקיך" איז ניטאָ קיין שום משמעותג „מה יעשה בהם" ופשיטא אַז עס איז ניט משמע אַז מיט ברענגען די ביכורים אין בית המקדש ווערט געמיינט די נתינה צום כהןט. (אדרבא ; כל זמן עס איז ניטאָ קיין הוראה אַנדערש — דאַרפן זיי לכאורה בלייבן ברשות הבעלים).

ב) אויב רש"י וויל שוין יע מפרש זיין דעם חידוש פון פּסוק (לויט זיין פּירוש „אלו הביכורים"), וואָלט דאָך געווען גענוג ווען ער זאָגט „ואיני יודע . . ת"ל לכהן לו יהי'" — צוליב וואָס דאַרף ער דאָס נאָכדעם אויסטייטשן „בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן"?

ג) אַפילו ווען רש"י נויטיקט זיך יע, משום איזה טעם, אינעם אויספירלעכן אויסטייטש פון „בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן", איז אָבער נאָך אַלץ שווער צו פאַרשטיין; צוליב וואָס דאַרף דאָ רש"י צוגעבן די ווערטער „על הביכורים" נאָכדעם ווי ער האָט שוין פריער געזאָגט בפירוש „אלו הביכורים" — וואָלט דאָך געווען גענוג ווען ער זאָגט „בא הכתוב ולימד שיהיו ניתנין לכהן"?

ד) נאָך אַ שינוי צווישן רש"י'ס פּי' לויט דער מסקנא („אלו הביכורים") און זיין פּי' לפי הקס"ד (אַז דער פּסוק רעדט וועגן תרומה) ; אינעם אויספיר פון דער קשיא „וכי תרומה כו'" זאָגט ער „ומה ת"ל אשר יקריבו לכהן" — ד. ה. אַז דער וואָרט „לכהן" באַציט זיך (ניט צו די נאָכפאָלגנדיקע ווערטער „לו יהי'", נאָר) צו „אשר יקריבו" ; דאַקעגן אינעם אויספיר במסקנא, זאָגט ער דעם לשון „ת"ל לכהן לו יהי'" — אַז דער וואָרט „לכהן" קומט אין איין המשך מיט „לו יהי'"?

ה) רש"י'ס קשיא „וכי תרומה מקריבין כו'" איז דאָך לכאורה נוגע בלויז צום וואָרט „תרומה" [און צו די ווערטער „אשר יקריבו לכהן" וועלכע רש"י איז מרמז מיט „וגו'"]. פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „וכל (תרומה וגו')", וואָס לכאורה איז ער ניט נוגע צום תוכן פּירושו? ובפרט אַז מיט אַ פאַר פּסוקים פאַר דעם*9 ביי „וכל טמא לנפש" — איז רש"י ניט מעתיק דעם וואָרט „וכל".

ו) צוליב וואָס ברענגט רש"י דעם נאָמען פון בעל הפּי' „א"ר ישמעאל" און באַנוגנט זיך ניט מיט אָנהויבן זיין פּי'31„וכי תרומה כו'" — ד. ה. וואָס קומט צו אין דער הבנה פון פּסוק דורך דער ידיעה אַז „וכי תרומה כו' אלו הביכורים" האָט געזאָגט ר' ישמעאל?

ב. נוסף צו די אַלע דיוקים פּרטיים הנ"ל, איז אויך ניט מובן כללות הפּירוש, די הוכחה, אַז „וכל תרומה" דאָ מיינט (ניט תרומה, פּשוטה כמשמעה, נאָר) ביכורים;

נאָך די ווערטער „וכל תרומה" פאַר „אשר יקריבו לכהן", שטייט „לכל קדשי בני ישראל", און וואָס די ווערטער „לכל קדשי בני ישראל" מיינען — זאָגט רש"י ניט. דערפון גופא איז קענטיק, אַז רש"י נעמט עס אָן פאַר אַזאַ דבר הפּשוט, וואָס אַפילו דער „בן חמש (למקרא)" וועט עס אַליין פאַרשטיין;

אין אַ פריערדיקער סדרהי האָט שוין רש"י געזאָגט אַ כלל „כך דרך המקראות לכתוב למ"ד יתירה". במילא ווייס שוין דער תלמיד, אַז ווען אַ וואָרט הויבט זיך אָן מיט אַ למ"ד, וואָס לאָזט זיך ניט טייטשן לויט ווי ער ווערט גענוצט כרגיל אין המשך צו די פריערדיקע ווערטער — איז עס אַ למ"ד יתירה. דערפון איז מובן בפּשטות אויך אין אונזער פּסוק, אַז הגם עס שטייט „לכל קדשי בנ"י" — וויבאַלד אָבער מען קען ניט איינלערנען אָט די ווערטער בהמשך צו „וכל תרומה"יא, מוז מען זאָגן אַז ס'איז אַ למ"ד יתירה. און במילא קומט אויס, אַז מיט „(ל)כל קדשי בנ"י" ווערט געמיינט אַלע אַנדערע „קדשי בנ"י" (וועלכע גייען ניט אַריין אין „וכל תרומה"), ד. ה. די אַלע אַנדערע מתנות כהונהיב.

איז עפ"ז ניט מובן; ווי אַזוי איז רש"י מכריח פון „אשר יקריבו לכהן" אַז „וכל תרומה" מיינט ניט תרומה בפשטות, מצד דער קשיא „וכי תרומה מקריבין לכהן" — מען קען דאָך איינלערנען אַז „וכל תרומה" מיינט טאַקע תרומה כפשוטה, און „אשר יקריבו לכהן" באַציט זיך (ניט צו „וכל תרומה", נאָר) צו „(ל)כל קדשי בנ"י" הסמוך לו, וואָס ביי (רובם פון) די מתנות כהונה איז ניט דער כהן „מהזר" נאָך זיי, נאָר זיי ווערן געבראַכט צום כהן?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער; וויבאַלד דער פסוק טיילט אויס דעם פרט פון „וכל תרומה" באַזונדער און ער איז עס ניט כולל אינעם „לכל קדשי בנ"י" איז לכאורה דאָס גופא אַ הוכחה, אַז „כל תרומה" איז מען ניט מקריב לכהןיג, און דערפאַר מוז עס דער פסוק32אויסטיילן באַזונדער פון די „קדשי בנ"י אשר יקריבו לכהן". לפ"ז איז עס דאָך היפך הדבר: „וכי תרומה מקריבין לכהן" איז גאָר אַ סברא וואָס איז מסייע צו זאָגן אַז דער טייטש פון „וכל תרומה" איז דוקא תרומה און ניט ביכורים !

ג. דער ביאור בכל הנ"ל;

פון דעם לשון הפסוק „וכל תרומה גו'" (מיט אַ וא"ו המוסיף) איז מוכח אַז דער דין קומט בהמשך צום דין וואָס שטייט פריער — פון גזל הגר ; אַזוי ווי גזל הגר דאַרף מען געבן צום כהןיד, אַזוי אויך „כל תרומה" און „כל קדשי בנ"י" דאַרף מען געבן צום כהן.

עס איז אָבער אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק:

א) עס זיינען פאַראַן כמה וכמה מתנות, וואָס מ'איז אויף זיי אָנגעזאָגט געוואָרן אין די פריערדיקע סדרות אַז מען דאַרף זיי געבן לכהן — פאַרוואָס איז די תורה מקשר דעם ענין „וכל תרומה גו' לכהן גו'" דווקא מיט גזל הגריג?

ב) פאַרוואָס טיילט אויס דער פסוק „כל תרומה" פון „כל קדשי בנ"י" און זאָגט „אשר יקריבו לכהן" וואָס דאָס איז שייך נאָר ביי די אַנדערע מתנות כהונה און ניט ביי תרומה — לכאורה האָט געדאַרפט שטייען „אשר יתנו לכהן" (אָדער כיו"ב) ; דער ענין פון אונזער פסוק איז דאָך ניט צו מבאר זיין די פרטי הדינים פון מתנות כהונה ; דער פּסוק קומט דאָך בהמשך צו דעם פריערדיקן ענין פון גזל הגר, און בשייכות צו גזל הגר, איז בלויז נוגע דער פּרט אַז מען דאַרף עס געבן צום כהן — און ס'איז קיין נפ"מ ניט צי דאָס איז דורך זיין מחזר זיין לבית הגרנות אָדער דורך ברענגען צו אים?

פון דעם איז מוכרח, אַז די שייכות פון „וכל תרומה גו'" צו גזל הגר איז (ניט בלויז מצד דעם וואָס זיי ווערן געגעבן צום כהן, נאָר) מצד דעם וואָס נאָר זיי ביידע האָבן צווישן זיך אַ באַזונדער השתוות וואָס טיילט זיי אויס פון די אַנדערע מתנות כהונה. און מחמת אָט דער שייכות מיוחדת פון „כל תרומה" צו גזל הגר, ווערט תרומה אַרויסגענומען פונעם כלל פון די אַנדערע „קדשי בני ישראל" און שטייט באַזונדער אין פסוק.

ד. דער „חידוש" מיט וועלכן „גזל הגר" אונטערשיידט זיך פון די אַנדערע מתנות כהונה, באַשטייט אין דעם;33אַלע אַנדערע מתנות כהונהי זיינען חלקים מסויימים פון נכסי ישראל וואָס תורה האָט זיי אַוועקגעגעבן צו כהנים; ד. ה. אַז אָט די באַשטימטע טיילן געהערן מלכתחילה צום כהן. משא"כ ביי גזל הגר, איז דאָך ניט שייך צו זאָגן אַז אָט די גע'גזל'טע זאַך געהערט פון אָנהויב אָן צום כהן ; איידער די זאַך איז גע'גזל'ט געוואָרן האָט זי דאָך אַוודאי באַלאַנגט צום גר; אויך נאָכן גע'גזל'ט ווערן פונעם גר, איז דער גזלן מחוייב צו אומקערן די גזילה (ניט צום כהן, נאָר) צום נגזל ; און אַפילו נאָכדעם ווי דער נגזל איז געשטאָרבן, ניט איבערלאַזנדיק קיין יורשים, געהערט נאָך אַלץ ניט דער גזל צום כהן — וואָרום כל זמן דער גזלן איז זיך ניט מודה, אַפילו ווען עס קומען עדים און זיינען מעיד אַז ער האָט גע'גזל'ט, איז ניטאָ אויף אים קיין חיוב צו געבן די גזילה צום כהן. ערשט דעמאָלט ווען דער גזלן איז אַליין מודה (דווקא לאחרי ווי דער נגזל איז געשטאָרבןיז) און וויל תשובה טאָן און אומקערן די גזילה, דאַרף ער עס געבן צום כהן. און אַפילו דאַן, הייסט עס ניט אַז דער כהן איז דאָ אַנשטאָט דעם נגזל, ד. ה. אַז דער חיוב ההשבה צום נגזל גייט איבער צום כהןיח, נאָר דער גזלן איז עס מחוייב צו אומקערן צום אויבערשטן, צום אמת'ן „בעל־הבית"יט, און נאָכדעם ווי „קנאו השם" — „נתנו (השם) לכהן"כ.

און וויבאַלד אַז אין גזל הגר איז דער אויפטו אין דעם, וואָס די זאַך ווערט געגעבן צום כהן טראָץ דעם וואָס בעצם געהערט זי ניט צו אים, דערפאַר איז די תורה באַלד נאָכדעם ממשיך און בריינגט דעם דין „וכל תרומה גו'", וואָס האָט אַן ענליכקייט צו גזל הגר (און ער טיילט אויס „וכל תרומה" פון „כל קדשי בנ"י" וואָס האָבן ניט אָט־די ענליכקייטכא): אויך34ביי תרומה איז דער חיוב הנתינה צום כהן ערשט נאָך דעםכב ווי די בעלים זיינען דאָס מפריש אַלס „תרומה לה'" ; און ערשט לאחר זה ווי דאָס ווערט „תרומת ה'", קומט דער חיוב פון „ונתתם גו' את תרומת ה' לאהרן הכהן"כג.

ה. וויבאַלד אַז דער המשך און סמיכות פון „וכל תרומה" צו גזל הגר (און דאָס וואָס ס'איז אויסגעטיילט פון „כל קדשי בנ"י"), איז מצד דעם וואָס תרומה איז בדומה צו גזל הגר, מוז מען דאָך זאָגן אַז מיט „וכל תרומה" ווערט געמיינט ניט נאָר תרומה גדולה, נאָר אויך אַלע אַנדערע מתנות כהונה — תרומת מעשר, חלה און ביכוריםכד — וועלכע הייסן מיטן נאָמען35„תרומה"כג — ווייל אויך ביי זיי איז דאָ דער זעלבער דמיון צו גזל הגר אַזוי ווי ביי תרומהכ;

ביי תרו"מ און חלה איז דער דין, אַז צום אַלעם ערשטן דאַרפן זיי אָפּגעשיידט ווערן דורך די בעלים ווי „תרומה לה'", און דערנאָך שאַפט זיך דער חיוב אַוועקצוגעבן זיי צום כהןכז. עד"ז איז אויך ביי ביכורים, אַז לכתחילה איז דאָ דער חיוב זיי צו מקדיש זייןכח און ברענגען אין „בית ה' אלקיך" (מיט כמה פּרטי דינים אינעם אופן פון זייער געבראַכט ווערן אין ביהמ"ק, ווי זיי ווערן אויסגערעכנט אין אָנפאַנג פון פּ' תבא), און דוקא נאָך זייער הפרשה, הקדשה און הבאה צום אויבערשטן — ערשט דאַן קומט דער חיוב זיי צו געבן צום כהןכט.

ו. ע"פּ הנ"ל איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז די צוויי קשיות הנ"ל (סעיף א') — פון וואַנען איז רש"י'ס הכרח אַז „אשר יקריבו לכהן" באַציט זיך (ניט נאָר צו „לכל קדשי בנ"י", נאָר) אויך צו „וכל תרומה", און דער טעם פון דעם וואָס ער שטעלט זיך אויף „וכל תרומה וגו'" (הגם אַז זיין קשיא „וכי תרומה מקריבין לכהן כו'" איז לכאורה ניט שייך צום וואָרט „וכל") — ווערן פאַרענטפערט איינע מיט דער צווייטער, ווייל פון וואָרט „וכל", איז מוכרח אַז „אשר יקריבו לכהן" באַציט זיך אויך צו „וכל תרומה";

וויבאַלד אַז אין „וכל תרומה" ווערט נכלל אויך ביכורים (כנ"ל ס"ה), און ביי ביכורים שטייט דאָך בפירוש „תביא בית ה' אלקיך", ד. ה. אַז דער כהן דאַרף ניט מחזר זיין נאָך זיי — אויב אַזוי איז דאָך קלאָר, אַז „אשר יקריבו לכהן" קומט בהמשך און האָט אַ שייכות אויך צו „וכל תרומה".

ז. אָבער נאָכדעם ווי רש"י ענטפערט (אויף די קשיא „וכי תרומה מקריבין לכהן כו'", אַז) „אלו הביכורים", אַז מיט „וכל תרומה" ווערט געמיינט בלויז ביכורים (און ניט תרומה גדולה, תרומת מעשר און חלהל) — קומט אויף די קשיא: מיט וואָס האָט ביכורים מער שייכות צו גזל הגר ווי תרומה גדולה?

דערפאַר איז רש"י ממשיך „ואיני36יודע מה יעשה בהם . . בא הכתוב ולימד כו'"; אַז דאָס וואָס דער פּסוק טיילט דאָ אויס ביכורים פון אַלע אַנדערע מתנות כהונה, אויך פון תרומה גדולה כו', איז ניט מצד דעם וואָס אין ביכורים איז דאָ מער ענליכקייט צו גזל הגר ווי תרומה גדולה

[ווייל אדרבה; וויבאַלד אַז ביי ביכורים איז דאָ דער דין פון „תאנה שביכרה כו'"לא, אַז נאָך איידער די בעלים זיינען מפריש ביכורים איז שוין פאַראַן אַ באַשטימטע פּרי, די ערשטע צייטיגעוואָרענע, וואָס דאַרף ווערן ביכורים, דערמיט גופא האָט דאָך שוין די פּרי אַ שייכות צום כהןלב; דאַקעגן ביי תרומה זיינען דאָך פאַר דער הפרשה ניטאָ קיין באַשטימטע חטים וכו' וועלכע דאַרפן אָפּגעשיידט ווערן אַלס תרומה, און דער זכות פון כהן הויבט זיך אַן אינגאַנצן ערשט נאָך דער הפרשה; ובמילא איז גאָר תרומה גדולה מער ענליך צו גזל הגר ווי ביכורים]

נאָר ער טיילט אויס ביכורים בפ"ע מחמת דעם טעם וואָס „ואיני יודע מה יעשה בהם". און דערפאַר איז „בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן".

אמת טאַקע, אַז דער דין אַז ביכורים גיט מען צום כהן, ווערט געזאָגט אין פּרשת קרחלג — „בכורי כל אשר בארצם אשר יביאו לה' לך יהי'" — דאָס (א) איז דאָך שפּעטער נאָך פּרשתנו, (ב) דאָרט ווערט עס דערמאָנט דרך אגב, צוזאַמען מיט די אַלע אַנדערע מתנות כהונהלד, אָבער דער ערשטער מאָל און דער מקור פון דעם דין, אַז ביכורים ניתנין לכהן, איז דאָ אין אונזער פּסוק „וכל תרומה גו'" ; צוליב דעם דין איז „בא הכתוב". און דאָס וואָס דער פּסוק שטייט בסמיכות ובהמשך צו גזל הגר, איז דאָס צוליבן טעם הנ"ל, וואָס ביכורים איז איינע פון די מתנות כהונה וואָס האָבן אַן ענליכקייט צו גזל הגר.

ח. לויט דעם הסבר וועט אויך פאַרשטאַנדיק ווערן, וואָס רש"י מוז נאָכאַמאָל אויסטייטשן „בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן" — הגם אַז מ'קען דאָס וויסן פון דעם וואָס ער זאָגט פריער „אלו הביכורים" — ווייל דערמיט מיינט רש"י צו מדגיש זיין, אַז דווקא ביי ביכורים פאָדערט זיך דער „לימד" פון פּסוק;

בנוגע דעם דמיון צו גזל הגר איז ביכורים ניט אַנדערש פון תרומה גדולה, ואדרבה; תרומה גדולה איז מער בדומה צו גזל הגר ווי ביכורים (כנ"ל). אָבער היות אַז דער פּסוק קומט דאָ צו לערנען אונז דינים — „בא הכתוב ולימד" — איז דעריבער איז דאָס בלויז „על הביכורים"לח.

ט. אָבער לויטן פּי' „אלו הביכורים" שטעלט זיך אַן אַנדער קשיא — אין לשון הפּסוק „אשר יקריבו לכהן לו יהי'"; צוליב וואָס ווערט צוגעגעבן „לו יהי'" נאָכדעם ווי ס'שטייט שוין פריער „(אשר יקריבו) לכהן" — וויבאַלד אַז די תרומה און „כל קדשי בנ"י" איז מען מקריב און מ'גיט37צום כהן, איז דאָך ממילא פאַרשטאַנדיק אַז „לו יהי'"?

לויטן קס"ד פון רש"י, אַז מיט „וכל תרומה" ווערט געמיינט בעיקר תרומה גדולהלח און אויך אַנדערע מתנות כהונה (כנ"ל סעיף ה'), וואָלט מען געקענט לערנען אַז מיטן וואָרט „לו" איז דער פּסוק אויסן ניט דעם כהן נאָר די בעלים; און דער פּשט „לו יהי'" איז; די טובת הנאה פון דער תרומה (די ברירה פון „יקריבו לכהן" פּלוני אָדער אַ צווייטן) איז לבעליםלז. ווי די הלכה איז ביי תרומה גדולה (און אויך ביי תרו"מ און חלה), אַז די בעלים קענען עס געבן וועלכן כהן זיי ווילןלח.

(און דאָס וואָלט אויך געווען גלאַטיק אין המשך הכתובים; אין פריערדיקן פּסוק שטייט אַז גזל הגר דאַרף מען געבן לכהן שבאותו משמרלט; דעריבער איז דער פּסוק מדגיש, אַז ביי „וכל תרומה", טראָץ איר דמיון צו גזל הגר (כנ"ל בארוכה), איז „לו יהי'", דער בעל התרומה האָט דעם אויסוואַל צו געבן זי צו וועלכן כהן ער וויל).

משא"כ לויט דער מסקנא „אלו הביכורים", קען מען ניט לערנען אַז מיט „לו יהי'" ווערט געמיינט „שטובת הנאתן לבעלים" — וואָרום ביי ביכוו ים שטייט דאָך „תביא בית ה' אלקיך" און דערפון איז מובןמ אַז ער דאַרף זיי געבן צו דעם כהן וואָס געפינט זיך דאַן אין בית המקדש.

דערפאַר באַוואָרנט רש"י; „ת"ל לכהן לו יהי'", אַז „לכהן" און „לו יהי'" קומען אין איין און דעם זעלבן המשך (ניט ווי אין דעם קס"ד, וואו דער לשון פון רש"י איז „אשר יקריבו לכהן" און ניט מער, כהסבר הנ"ל), ד. ה. אַז „לו" מיינט (ניט צו די בעלים, נאָר) צום כהן.

בלייבט דאָך אָבער לויט דעם פּי' אין „לו יהי'" די שאלה, וואָס איז דער פּסוק מחדש מיט די ווערטער „לו יהי'" לאחרי ווי ער זאָגט שוין „אשר יקריבו לכהן"? — אויף דעם איז רש"י ממשיך „בא הכתוב ולימד כו' שיהיו ניתנין לכהן";

ווען עס וואָלט בלויז געשטאַנען „אשר יקריבו לכהן", וואָלט מען געקענט לערנען (וויבאַלד ביכורים זיינען פאַרבונדן מיט באַזונדערע פּרטי דינים פון הבאה לבית המקדש וכו') אַז ער דאַרף בלויז ברענגען די ביכורים צום כהן אָבער ניט אַוועקגעבן זיי צו אים (ע"ד ווי „ולקח הכהן הטנא מידך" אין פּ' תבאמא, וואָס איז בלויז (ווי רש"י זאָגט) „להניף אותו"). דערפאַר זאָגט דער פּסוק „לו יהי'", „שיהיו ניתנין לכהן", אַז די ביכורים באַלאַנגען צו אים.

יו"ד. לכאורה וואָלט מען געקענט פרעגן ;

רש"י'ס לשון „ואיני יודע מה יעשה בהם" (און ניט „ואיני יודע למי יתנם"* וכיו"ב) ווייזט, אַז מען ווייס כלל ניט וואָס צו טאָן מיט די ביכורים — טראָץ דעם וואָס אין פּ' תבא זיינען מבואר אַלע פּרטי דינים פון ביכורים (חוץ פונעם דין הנתינה לכ־38הן). פון דעם איז מוכרח, אַז די ווערטער „ואיני יודע כו'" באַציען זיך צו דעם וואָס ער זאָגט פריער „שנאמר תביא בית ה"א", ד. ה. אַז פון דעם פּסוק „תביא גו'" וואָס שטייט אין די פריערדיקע סדרות, איז „איני יודע מה יעשה בהם".

איז דאָך שווער; מיט די ווערטער „ואיני יודע כו' בא הכתוב ולימד כו'" וויל דאָך רש"י (כנ"ל ס"ז) מסביר זיין, אַז דער טעם וואָס ביכורים איז אויסגעטיילט אין אונזער פּסוק פון אַלע אַנדערע מתנות כהונה (כאָטש אַז צו גזל הגר איז תרומה גדולה מער ענליך ווי ביכורים), איז עס ווייל אלולי אונזער פּסוק „איני יודע" — מען ווייס ניט דעם דין פון קיינע אַנדערע ערטער, אויך ניט פון די ווייטערדיקע סדרות (ניט ווי תרומה, ביי וועלכן עס שטייט אין פּ' שופטיםמב „ראשית דגנך גו' תתן לו" — צום כהן)

— האָט דאָך רש"י געדאַרפט זאָגן „ואיני יודע שיהיו ניתנין לכהן", אין וואָס עס באַשטייט דער חידוש („לימד") פון אונזער פּסוק לגבי אַלע אַנדערע פּסוקים. פאַרוואָס זאָגט רש"י „ואיני יודע מה יעשה בהם", דורך וועלכן לשון ער מאַכט קלאָר, אַז ער באַציט זיך בלויז צום פּסוק „תביא בית ה' אלקיך"?

איז דער ביאור אין דעם; פון דעם לשון הכתוב „לכהן לו יהי'" (און ניט „יתנו לכהן" וכיו"ב, בדוגמת ווי עס שטייטמב ביי תרומה גדולה „תתן לו", ועד"ז ביי נאָך מתנות כהונה), איז מוכח אַז דער פּסוק זאָגט דאָ צוויי דינים; (א) „(אשר יקריבו) לכהן", און (ב) „לו יהי'". וואָס פאַר אַ צוויי דינים זיינען עס ? — זאָגט אויף דעם רש"י „ואיני יודע מה יעשה בהם", דאָס מיינט, אַז פונעם פּסוק „תביא בית ה"א" וואָס שטייט פריער אין דער תורה, ווייס מען ניט „מה יעשה בהם". און אויף דעם קומט דער בירור, בהדרגה, אין אונזער פּסוק; „(אשר יקריבו) לכהן", אַז נאָך דעם „תביא בית ה"א" יעשה בהם „יקריבו לכהן"מג ; און דערנאָך זאָגט דער פּסוק אַ צווייטן דין „לו יהי'", אַז נאָך דעם ברענגען צום כהן — יעשה בהם „לו יהי'" אָפּגעבן דאָס עם.

יא. ס'איז אָבער ניט מובן; פאַרוואָס שטייט דער דין אַז די ביכורים דאַרף מען ברענגען צום כהן ערשט אין אונזער פּסוק — ניט פריער אין פסוק „תביא בית ה"א"?

אויף דעם זאָגט רש"י „אמר ר' ישמעאל כו'", אַז דעם פּי' „ואיני יודע מה יעשה בהם כו' בא הכתוב ולימד כו'" האָט געזאָגט ר' ישמעאל, וואָס ער, ר' ישמעאל, האַלטמד אַז „כללות נאמרו בסיני ופרטות באהל מועד", דערפאַר לערנט ער, אַז אין פּ' מש־39פּטים און פּ' תשא וואָס זיינען געזאָגט געוואָרן „בסיני", שטייט בלויז דער כלל — „תביא גו'". און ערשט אין פּ' נשא וואָס איז געזאָגט געוואָרן „באהל מועד" שטייען די פּרטיםמה — „אשר יקריבו לכהן לו יהי'".

יב. כידוע אַנטהאַלטן פּירושי רש"י אויך „יינה של תורה", ענינים פּנימיים שבתורה — און דער „יינה של תורה" אין אונזער פּרש"י, וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דורך מבאר זיין איינע פון די הוראות כלליותמו, וועלכע מ'לערנט אַרויס פון מצות ביכורים.

צמיחת פּירות ובפרט פּירות משובחים ביותר ווי בכורים איז פאַרבונדן מיט גרויס מי און האָרעוואַניע פונעם מענטשן; חרישה, זריעה, וכו' וכו'. איז בשעת אַז אַ איד האָט זיך שוין דערוואַרט צו זען די פרוכטן, וועלכע זיינען אויסגעוואַקסן נאָך אַזוי פיל אַרבעט און יגיעה, זאָגט אים תורה אָן (אַז ניט בלויז דאַרף ער אַ טייל פון זיי געבן צום כהן, נאָר נאָך מער); „ראשית בכורי אדמתך" — די ערשטע רייגעוואָרענע, נאָך איידער ער האָט נאָך עפּעס צו נעמען פאַר זיך, דאַרף ער ברענגען אין ביהמ"ק און געבן צום כהן.

און וויבאַלד אַז אַלע הוראות פון תורה זיינען נצחיות'דיקע, בכל זמן ובכל מקום, איז פאַרשטאַנדיק, אַז די זעלבע הנהגה פאָדערט זיך פון אַ אידן אויך אין זמן הגלות און אין חו"ל, פון אַלע פאַרדינסטן; אַז בשעת עס מאַכט זיך אים אַן ענין של צדקה, זאָל ער זיך ניט רעכענען מיט דעם וואָס די פּרנסה קומט אים אָן אַזוי שווער, און דאָס ערשטע און בעסטע פון זיינע שווער אָנגעקומענע פאַרדינסטן „תביא בית ה"א", אָפּגעבן דעם אויבערשטן, אויף צדקה.

קומט אָבער דער יצה"ר און הויבט אַן איינצוריידן און איינ'טענה'ן מיטן אידן; ווען עס וואָלט זיך געהאַנדלט וועגן צדקה אויף אַ דבר שבקדושה (ווי אַ ישיבה, אַ ביהמ"ד וכו') טובת הרבים (און ער, דער נותן — אויך בכללם) — דאָס איז נאָך צו באַנעמען. אָבער עס רעדט זיך גאָר וועגן „ביכורים" וואָס מ'גיט צו אַ יחיד (אַ כהן) און זיי ווערן יענעמס אייגנטוםמז. היינט וויבאַלד (טענה'ט דער יצה"ר) אַז דו ביסט אַליין אויך אַ נצרך — און אויף אַלע אידן שטייט דאָך „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים"מח — איז ווער זאָגט עס, אַז די „ראשית" פון דיינע אויסגעהאָרעוועטע פאַרדינסטן מוזטו אָפּגעבן צו אַ צווייטן? מיט וואָס איז ער בילכער פאַר דיר? לכל היותר; טייל פאַנאַנדער ד* נע „ביכורים" (די בעסטע פון דאָס וואָס דו פאַרמאָגסט) אויף כמה חלקים, גיב זיי צו כמה נצרכים און בכללם — אויך צו זיך אַליין ! ובפרט40אַז דו האָסט דאָך געהאָרעוועט אויף זיי. אמת טאַקע „וברכך ה' אלקיך", אָבער תורה זאָגט דאָך אַז דאָס איז געווען „בכל אשר תעשה"מט.

אויף דעם קומט די הוראה, אַז בכדי צו וויסן וואָס ער דאַרף טאָן מיט זיינע „ביכורים", איז צום אַלעם ערשטן (בעת ס'איז נאָך „איני יודע מה יעשה בהם", ער ווייס נאָך ניט וואָס צו טאָן מיט זיי, אָדער, על כל פּנים, אין וואָס פאַר אַן אופן צו געבן זיי אויף צדקה: צי אָפּגעבן זיי לגמרי אַ צווייטן אידן, אָדער נעמען אַ טייל אויך פאַר זיך וכו'), זאָל ער זיי ברענגען „בית ה' אלקיך", און דוקא דאַן און דאָרט וועט ער וויסן דעם אמת אַז — „ניתנין לכהן"ל.

דאָס וואָס דער יצה"ר רעדט אים איין, אַז זייענדיק אַ נצרך קען ער זיך נעמען אַ טייל פון די ביכורים, איז עס דאָך נאָר דערפאַר וואָס ער איז ניט געקומען צו דער החלטה אַז די ביכורים זיינען צדקה־געלט; ער האָט זיך נאָך אַלץ ניט באַפרייט פון דעם געפיל (טראָץ זיין באַשלוס אָפּצוגעבן דאָס געלט אויף צדקה) אַז ס'איז זיין אייגנטום, אַ זאַך וואָס ער האָט אויסגעהאָרעוועט. דעריבער איז אים שווער צו פּועל זיין ביי זיך אָפּצוגעבן עס אַ צווייטן (נאָר היות אַז ווען דער יצה"ר וואָלט צו אים געקומען מיט אָפענע רייד: גיב ניט אַזויפיל געלט אויף צדקה, וואָלט ער דאָך אים ניט געפאָלגט — הויבט ער אָן, באַהאַלטענערהייט מיט אַ „גערעכטע" טענה; אַזוי ווי אויך ער אַליין איז אַ נצרך — איז במילא דער טיילווייזער איבערלאָזן פאַר זיך, כלומר'שט אַן ענין של צדקה. ואדרבא במכל שכן פונעם דין „עניי עירך קודמין"לא, איז דאָך ער אַליין וב"ב קודם לכל אדםלב).

בשעת אָבער ער וועט מקיים זיין דעם „תביא בית ה"א" — קומען מיט די „ביכורים" אין אויבערשטנס רשות — דאַן וועט ביי אים זיך אָפּלייגן בפּשיטות אַז „לכהן לו יהי'". עס וועט אים גאָרניט איינפאַלן, אַז אויך אים זאָל קומען אַ חלק דערפון — אַזוי ווי אים גייט ניט אַרויף אויפן געדאַנק צו נעמען אַ חלק פון אַנדערע צדקה־געלט.

און בעת ער פירט זיך מיט אַזאַ הנהגה, ווערט ביי אים מקויים דאָס וואָס רש"י זאָגט אין קומענדיקן פּסוק ; „איש אשר יתן לכהן — מתנות הראויות לו, לו יהי' — ממון הרבה", אַז דער אויבערשטער וועט אים געבן מידו המליאה הפּתוחה הקדושה והרחבה בכל המצטרך לו, בבני, חיי ומזוני ובכולם — רוויחי.

(משיחת ש"פ נשא ובהעלותך תשכ"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-yv2zcy98

Copies

Recent activity

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · approved
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · closed

Sources