Likkutei Sichos
Chukas 2
134חקת ב
א. בסיום פּירושו אויף דער סדרה, שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ויכו אותו" און איז מפרש „משה הרגו" — אַז ניט געקוקט דערויף וואָס דאָ שטייט „ויכו" (לשון רבים), האָט אים משה אַליין גע'הרג'עט. און רש"י איז מסיים מיט אַ ראי' לפּירושו, „כדאיתא בברכות כו'" (כדלקמן ס"ב).
פון וואַנעט נעמט טאַקע רש"י בפּשוטו של מקרא אַז „משה הרגו", אַנדערש ווי עס ווייזט אויס פון פּשטות הלשון „ויכו אותו" (לשון רבים) אַז אַלע (אַ רבים) אידן האָבן אים גע'הרג'עט — זאָגט דער מהר"ל מפּראג, אַז רש"י נעמט עס פון דעם פריערדיקן פסוקא וואו עס שטייט אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן „אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו גו'", אַז דער אויבערשטער האָט איבערגעגעבן עוג'ן אין די הענט פון משה'ן.
און דאָס וואָס עס שטייט „ויכו אותו" לשון רבים, איז ווייל נאָך דעם וואָרט „אותו" שטייט „ואת בניו ואת כל עמו", שטייט דעריבער „ויכו" לשון רבים, ווייל „אותו ואת בניו ואת כל עמו" (אַלע צוזאַמען), האָבן משה וישראל זיי גע'הרג'ט.
ס'איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק;
א) מען געפינט אין אַ סך ערטער וואו דער אויבערשטער האָט גערעדט צו משה'ן (ניט בנוגע צו אים אַליין, נאָר) בנוגע צו אַלע אידן, און דאָך האָט ער עס געזאָגט בלשון יחיד [אַזוי ווי „אנכי שולח מלאך לפניך לשמרך . . ולהביאך אל המקום גו'"ב, „הנני גורש מפניך את האמורי גו'"ג — כאָטש דאָס איז געווען ערשט לאחר פטירתו של משהד], און דאָס איז אַזוי, ווייל דער אויבערשטער האָט גערעדט צו משה'ן ווי צו דעם שליח און פאָרשטייער פון כלל ישראל. היינט וואָס איז די ראי' פון „בידך נתתי אותו" אַז „משה הרגו"?
ב) אפילו אם תמצא לומר אַז דער לשון „בידך נתתי" איז אַנדערש ווי „לפניך" און „מפניך" וכיו"ב — געפינט מען אָבער דעם זעלבן לשון אויך בשייכות צו סיחון'ען — „ראה נתתי בידך את סיחון מלך חשבון האמורי"ח, און אעפ"כ זאָגט רש"י ניט אין ערגעץ אויף סיחון'ען, אַז „משה הרגו"ז. איז דאָך ניט מובן; מיט וואָס איז אַנדערש דער לשון „בידך נתתי" וואָס שטייט אין אונזער135פּסוק בנוגע צו עוג, פון דעם לשון „נתתי בידך" וואָס שטייט בנוגע צו סיחון?
ג) אין דעם פּסוק גופא וואו עס רעדט זיך וועגן עוג, איז דער פּסוק ממשיך נאָך די ווערטער „כי בידך נתתי אותו" — „ואת כל עמו וגו'". איז אויב רש"י נעמט אָן אַז „בידך" מיינט אין די הענט פון משה'ן, האָט ער דאָך געדאַרפט לערנען אַז משה האָט גע'הרג'ט ניט בלויז עוג'ן נאָר אויך „את כל עמו";
אָבער פון דעם וואָס רש"י שטעלט זיך בלויז אויף די ווערטער „ויכו אותו" (און ברענגט ניט „(ואת בניו) ואת כל עמו" — אפילו ניט ברמז מיט „וגו'") און איז מפרש „משה הרגו" (נאָר עוג'ן), איז קענטיק3, אַז לגבי „ואת בניו ואת כל עמו" לערנט רש"י דעם „ויכו" (לשון רבים) כפּשוטו. איז דערפון מוכרח, אַז אויך דער „בידך" פון אונזער פּרשה — בנוגע צו „ואת כל עמו", מיינט אין די הענט פון אידן. היינט פון וואַנעט איז געדרונגען אַז בנוגע צו „אותו" מיינט „בידך" אין די הענט פון משה'ן?
ב. לאחרי ווי רש"י איז מפרש „משה הרגו", איז ער ממשיך; „כדאיתא בברכות בהרואהט עקר טורא בר תלתא פרסי כו'".
איז אין דעם ניט מובן;
א) אין פיל ערטער וואו רש"י ברענגט אַ מאמר רז"ל, זאָגט ער „רבותינו אמרו" (וכיו"ב) און איז ניט מציין וואו דער מאמר שטייטי. און אפילו אין פאַל וואו ער איז (מצד איזה טעם) יע מציין אין וועלכער מסכת (וכיו"ב) דער מאמר שטייט, באַגנוגנט ער זיך מיטן אָנרופן דעם שם המסכת (וכיו"ב)יא. פאַרוואָס אין אונזער פּסוק, באַגנוגנט ער זיך ניט מיט זאָגן „כדאיתא בברכות" און איז מוסיף „בהרואה"?
ב) די ראי' פון גמרא אַז „משה הרגו", איז דאָך לכאורה ניט פון די ווערטער „עקר טורא בר תלתא פרסי", נאָר פון דעם סיום אין גמרא „ומחיי' בקרסולי' וקטלי'" — האָט דאָך רש"י לכאורה געדאַרפט מעתיק זיין די לעצטע ווערטער פון גמרא. בפועל זעט מען אָבער, אַז די לעצטע ווערטער איז רש"י בלויז מרמז מיטן וואָרט „כו'", און די ווערטער „עקר טורא בר תלתא פרסי" וועלכע זיינען לכאורה ניט קיין ראי' אַז „משה הרגו", *) זיי איז רש"י מעתיק בפירושיב?!
מיט אַ פּסוק פריער דערציילט ער, אַז בשעת „ויצא עוג מלך הבשן לקראתם"יג, האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משה'ן „אל תירא אותו"א — איז מפרש רש"י „שהי' משה ירא להלחם שמא תעמוד לו זכותו של אברהם".
ולכאורה, רש"י שטעלט זיך דאָרט אויף די ווערטער „אל תירא אותו", און זיי קומען דאָך בהמשך צו „ויאמר ה' אל משה", איז ווען רש"י זאָל136שרייבן סתם „שהי' ירא", וואָלט מען אויך געוואוסט אַז דאָס גייט אויף משה'ן. צוליב וואָס דאַרף רש"י אויסטייטשן „שהי' משה ירא"?
נאָר רש"י מיינט דערמיט צו מדגיש זיין, אַז בלויז משה האָט מורא געהאַט;
אַלע אַנדערע אידן, ווען זיי האָבן געזעען פאַר זיך עוג מלך הבשן, האָבן זיי געזעען אין אים בלויז אַ גרויסן גוי, האָבן זיי במילא פאַר אים ניט מורא געהאַט, ווייל זיי זיינען געווען בטוח „בכח תפלתו של משה" אַז מ'וועט אים זיכער מנצח זיין
[און ווי עס ווערט דערציילט פריער מיט עטלעכע פּסוקיםיא, אַז די מרגלים וועלכע משה האָט געשיקט „לרגל את יעזר", האָבן זיי אַליין איינגענומען די שטאָט — כאָטש זייער שליחות איז געווען בלויז „לרגל" — און זיי האָבן דאָס געטאָן זאָגנדיק, „בטוחים אנו בכח תפלתו של משה"];
משא"כ משה רבינו — ער האָט געזעען אין עוג'ן „זכותו של אברהם", האָט ער דעריבער מורא געהאַט; וואָרום וויבאַלד אַז ארץ סיחון ועוג איז ניט פון ארץ שבעה עממין, קען דאָך מעגלעך זיין, אַז „זכותו של אברהם תעמוד לו", אַז מען זאָל אים ניט קענען אייננעמען און מ'זאָל מוזן אָנלייגן וועג ביים גיין קיין ארץישראליג (ע"ד ווי ס'איז געווען ביי ארץ אדוםיח). האָט אים דעריבער דער אויבערשטער פאַרזיכערט „אל תירא אותו, כי בידך נתתי אותו ואת כל עמו ואת ארצו".
ד. וויבאַלד אַז בנוגע צו עוג'ן איז משה געווען אויסגעטיילט פון אַלע אידן, אַז בלויז ער האָט מורא געהאַט פאַר אים, אָבער אַלע אַנדערע אידן, ניט נאָר וואָס זיי האָבן פאַר אים קיין מורא ניט געהאַט, נאָר זיי זיינען גאָר געווען בטוחים מיט אַ נצחון איבער אים — בכח תפלתו של משה,
קען מען דעריבער ניט לערנען, אַז מיט די ווערטער „אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו" — וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן, האָט ער געמיינט אין די הענט פון אַלע אידן, ע"ד ווי „נתתי בידך את סיחון גו'"
— וואָרום היות אַז „כי בידך נתתי אותו" (עוג'ן), איז געקומען בהמשך צו „אל תירא אותו", איז כשם ווי דער „אל תירא אותו" איז געזאָגט געוואָרן צו משה'ן (ניט אַלס פאַרשטייער פון אַלע אידן, וואָרום אַלע אידן האָבן דאָך מלכתחילה ניט מורא געהאַט פאַר עוג'ן), אַזוי איז אויך דער „כי בידך נתתי אותו" (וואָס קומט בהמשך און — „כי" — אַלס טעם צו „אל תירא אותו"), מיינט אין די הענט פון משה'ן. און דערפאַר לערנט רש"י, אַז כאָטש עס שטייט „ויכו אותו" („ויכו" לשון רבים), מיינט עס אַז „משה הרגו".
און הגם אַז נאָך די ווערטער „כי בידך נתתי אותו" איז דער פּסוק ממשיך „ואת כל עמו ואת ארצו" — און „כל עמו" האָבן אַנדערע אידן גע'הרג'ט — איז עס מצד דעם ווייל בנוגע צו „כל עמו" איז משה געווען ניט אַנדערש פון אַלע אידן (וואָרום137זיין מורא איז דאָך געווען בלויז פון עוג'ן „שמא תעמוד לו זכותו של אברהם"), און דעריבער קען מען לערנען אַז דער „בידך נתתי" בנוגע צו „כל עמו" מיינט אין די הענט פון אַלע אידן. משא"כ בנוגע צו „אותו", וואָס אין דעם איז משה געווען אַנדערש פון אַלע אידן, מוז מען לערנען אַז דער „בידך" מיינט אין די הענט פון משה'ן.
ה. פרעגט אָבער דער „בן חמש (למקרא)"; וויבאַלד אַז „משה הרגו", פאַרוואָס שטייט טאַקע „ויכו אותו" (בלשון רבים), פון וועלכן ס'איז משמע אַז די אידן האָבן אים גע'הרג'ט?
און הגם אַז רש"י האָט שוין פריער געזאָגט, אַז „משה הוא ישראל וישראל הם משה" — איז דאָך אָבער מובן בפּשטות, אַז אויף אַן ענין וואָס משה האָט געטאָן וועט דער פּסוק ניט זאָגן אַז די אידן האָבן עס געטאָן;
דאָס וואָס עס שטייט פריעריז „וישלח ישראל מלאכים" — הגם אַז משה האָט זיי געשיקטיח — איז עס מצד דעם ווייל דער תוכן השליחות צו סיחון'ען איז באַשטאַנען אין „אעברה בארצך לא נטה בשדה ובכרם גו'"יט, און דאָס האָט געמיינט אַלע אידן (אַז זיי אַלע וועלן ניט נוטה זיין בשדה ובכרם און ניט טרינקען „מי באר" וכו') ; איז כאָטש אַז דאָס שיקן די שלוחים האָט געטאָן משה, וויבאַלד אָבער אַז דער גאַנצער תוכן הענין איז בשם כל ישראלכ, פּאַסט צו זאָגן אויך אויף דעם שיקן די שלוחים — „וישלח ישראל" — מצד דעם וואָס „משה הוא ישראל וישראל הם משה".
משא"כ בנוגע צו הכאת עוג — אמת טאַקע אַז משה האָט עם גע'הרג'ט בשביל אידן, דאָס איז אָבער ניט געווען בשמם ובשליחותם, איז דעריבער ניט שייך צו זאָגן, אַז דערפאַר וואָס „משה הוא ישראל וישראל הם משה" וועט דער פּסוק מייחס זיין די הכאת עוג פון משה'ן, צו אידן. בלייבט דאָך ווידער די קשיא: פאַרוואָס שטייט „ויכו אותו", לשון רבים?
ו. לכאורה האָט מען געקענט ענטפערן, אַז עס שטייט „ויכו" (לשון רבים) און ניט „ויך" (לשון יחיד), ווייל צום לשון „ויך" וואָלט זיך געפאָדערט אַז דער פּסוק זאָל צולייגן איבעריקע ווערטער:
די תורה דערציילט דאָ, אַז מען138האָט גע'הרג'ט „אותו ואת בניו ואת כל עמו". און וויבאַלד אַז „את בניו ואת כל עמו" האָבן גע'הרג'ט אַנדערע אידן (כנ"ל ס"א), איז אויב עס וואָלט געשטאַנען (בנוגע צו עוג'ן) „ויך אותו" (לשון יחיד), וואָלט דער פּסוק געדאַרפט זאָגן „ויך משה ובני ישראל אותו ואת בניו ואת כל עמו" אָדער כיו"ב (וואָס דאַן וואָלט דער „ויך משה" זיך באַצויגן צו „אותו", און „ובני ישראל" צו „את בניו ואת כל עמו"),
און בכדי צו פאַרשפּאָרן איבעריקע ווערטער, זאָגט ער גלייך ביים אָנהייב „ויכו" לשון רבים — און דער פּשט איזכא אַז די הכאה פון „אותו ואת בניו ואת כל עמו" (צוזאַמען) איז געווען פון אַ רבים, פון משה ובני ישראל.
אָבער דער תירוץ איז ניט גלאַטיק;
היות אַז משה [וואָס איז געווען אַן אוהב ישראלּלב און געקוקט אויף אידן בעין טובהג] האָט מורא געהאַט „שמא תעמוד לו זכותו של אברהם", איז דאָך לכאורה פאַרשטאַנדיק, אַז נאָך אַלע מעלות און שבחים פון אידן, איז געווען אַ מקום לומר אַז זייער זכות איז ניט גענוג צו מנצח זיין עוג'ן, מצד דעם וואָס ער פאַרמאָגט „זכותו של אברהם";
ולפ"ז דאַרף מען לכאורה זאָגן, אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן „אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו", איז עס מצד זכותו של משה,
און וויבאַלד אַז צוליב הריגת עוג האָט מען געדאַרפט אָנקומען דוקא צו משה'ן — ניט ווי ביים הרג'ענען „את בניו ואת כל עמו" וואָס האָט געקענט זיין אויך דורך אַנדערע אידן — פּאַסט דאָך ניט אַז דער פּסוק זאָל כולל זיין ביידע ענינים צוזאַמען (כאָטש דאָס פאַרשפּאָרט איבעריקע ווערטער) און זאָגן „ויכו אותו", וואָס באַציט זיך צו משה ובני ישראל אינאיינעם?
אָט די שאלה באַוואָרנט רש"י מיט דעם וואָס ער ברענגט „עקר טורא בר תלתא פרסי", כדלקמן.
ז. דער טעם וואָס עוג האָט אויסגעריסן אַ באַרג וואָס איז גרויס דריי פרסאות איז מצד דעם שטח וואו אידן האָבן זיך געפונען וואָס האָט געהאַלטן דריי פרסאותכד. ד. ה. אַז מיט זיין עוקר זיין דעם באַרג „בר תלתא פרסי" האָט ער געוואָלט אומברענגען — ח"ו היל"ת — אַלע אידן.
איז דאָך דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דערמיט וואָס „עקר טורא בר תלתא פרסי" האָט ער (ניט בלויז באַגאַנגען אַ גרויסן חטא, נאָר ער האָט אויך) פאַרלאָרן „זכותו של אברהם"; וואָלט ער געוואָלט הרג'ענען (ח"ו) בלויז אַ טייל אידן, אָדער אפילו דאָס רוב אידן, וואָלט נאָך אַלץ געקענט זיין אַ סברא אַז ביי אים זאָל בלייבן דער זכות וואָס ער האָט אָנגעזאָגט אברהם'ן „כי נשבה אחיו"כג וואָס האָט געבראַכט צו „וישב גו' את לוט139אחיו"ח; בשעת אָבער „עקר טורא בר תלתא פרסי" בכדי צו פאַרניכטן ח"ו זרעו של אברהם אינגאַנצןכז, האָט ער דערמיט מבטל געווען דעם זכות וואָס ער האָט געהאַט.
ובמילא קומט דאָך אויס, אַז כאָטש מלכתחילה, האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משה'ן „אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו" (אַז דוקא משה האָט אים געקענט הרג'ענען) — איז אָבער בעת משה האָט אים גע'הרג'ט בפּועל, וויבאַלד אַז אינצווישן איז פאָרגעקומען דער „עקר טורא כו'", האָט מען ניט געדאַרפט אָנקומען דוקא צו זכותו של משה, און אויך אַנדערע אידן האָבן אים געקענט הרג'ענען — און דעריבער זאָגט דער פּסוק „ויכו" לשון רבים.
ח. ע"פ הנ"ל יש לומר, אַז דער טעם וואָס עס שטייט „ויכו אותו" (ל' רבים), איז (ניט נאָר מצד דעם וואָס מען האָט שוין דאַן ניט געדאַרפט אָנקומען צו זכותו של משה דוקא, כנ"ל, און דעריבער קען מען כולל זיין די הכאה פון עוג צוזאַמען מיט הכאת בניו און כל עמו וואָס איז געווען דורך אַנדערע אידן, נאָר אויך) מצד דעם וואָס אויך בנוגע צו „אותו" גופא (הכאת עוג), כאָטש אַז „משה הרגו", האָט ער עס געטאָן בשליחותם של כל ישראל;
וויבאַלד אַז מיטן „עקר טורא בר תלתא פרסי" האָט עוג געוואָלט הרג'נען ח"ו אַלע אידן, כנ"ל, איז דאָך במילא יעדער איד געווען מחוייב צו הרג'ענען אים, ווי דער דין איז „הבא להרגך השכם להרגו"ב, קומט דאָך במילא אויס, אַז מיט דעם וואָס משה האָט גע'הרג'ט עוג'ן האָט ער געטאָן די שליחות פון אַלע אידן. און דעריבער שטייט ויכו לשון רבים.
ט. עפ"ז וועט זיין אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י באַגנוגנט זיך ניט מיט שרייבן „כדאיתא בברכות" און ער איז מוסיף „בהרואה" — וואָרום דערמיט דייט ער אָן, ווי דער ענין וואָס „משה הרגו" איז געווען נוגע צו אַלע אידן;
אין פרק הרואה רעדט זיך וועגן די ברכות וואָס מען דאַרף מאַכן ווען מען איז „רואה", ווען מען זעט געוויסע זאַכן, און אין התחלת הפרקּט — וועגן דער ברכה „ברוך שעשה ניסים לישראל" (ד. ה. „ניסא דרבים" — משא"כ „ניסא דיחיד" האָט אַנדערע דינים).
איז פון דעם וואָס די מעשה „עקר טורא כו'" שטייט אין פרק הרואה בהמשך צו „אבן שבקש לזרוק עוג כו'" (וועלכע איז איינע פון די דוגמאות פון „מקום שנעשו בו ניסים לישראל"כט) — איז אַ ראי' אַז דאָס איז געווען נוגע צום רבים,
און דעריבער איז רש"י מוסיף „בהרואה" — ווייל דורך דעם ווערט140געשמאַקער וואָס עס שטייט „ויכו לשון רבים".
י. פון די „ענינים מופלאים" און „יינה של תורה" וואָס זיינען דאָ אין דעם פירוש רש"י;
פרשת חקת לייענט מען בכו"כ שנים אין דעם שבת וואָס פאַר יבתמוז (וכבשנה זו) — וואָס שבת איז דאָך מיני' מתברכין כולא יומיל, איז איינער פון די רמזיםלא אין דער היינטיקער סדרה אין די ענינים פון יב־יג תמוז;
כשם ווי בנוגע צו עוג מלך הבשן, האָט זיך די התחלה אָנגעהויבן פון „בידך נתתי אותו", און אויך בפועל איז „משה הרגו", אָבער דורך דעם איז עס געוואָרן אַ נס של כל ישראל — „ויכו" לשון רבים,
אַזוי איז אויך בנוגע צו דער גאולה פון יב־יג תמוז, אַז דורך די יסורים און מס"נ פון דעם רבי'ן בעל הגאולה — דער „אתפשטותי' דמשה" אין אונזער דור, האָט ער ממשיך געווען די גאולה פאַר „כל מחבבי תורתנו הק', שומרי מצוה", ביז פאַר די וואָס זיינען בלויז „בשם ישראל יכונה"לב,
אַז יעדער איד — אפילו אַזאַ וואָס בלויז „בשם ישראל יכונה", איז אויב ער וויל נאָר — קען ער אַריינגיין גלייך אין ארץ־ישראל ברוחניות (און ער דאַרף ניט אַרומגיין ארץ עוג — וואָרום ס'איז שוין „ויכו אותו"),
וואָס דאָס איז אויך די הכנה והקדמה צו כניסה לא"י בגשמיות, אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, יבא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו, בקרוב ממש ובעגלא דידן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ח׳
- Id
- rh-17fbyahs