Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 6
311ערומים. וק"ל. אף דישנים היו ע"ד הרגיל ערומים, ולכן יש ראי' מדוד המלך. ועיין תוס' בב"ב [עד, א] ונדה סא: ופס"ד הל' ציצית. ואכ"מ.
. . . מענין עטיפת הטלית גדול כעטיפת הישמעאלים, אם צריך לכסות ראשו עד פיו או לא, ומעיר על השינוי שבין שו"ע רבנו הזקן ומה שפסק בסידורו, ואשר לכאורה יש להעיר לזה מיו"ד סי' שפו ומקומות המובאים שם.
וכבר העיר על הנ"ל בס' קצות השולחן להרה"ג אברהם חיים נאה בחלק א וחלק ב בסופו ובהערות שם, וכן בספרו פסקי הסידור — העוסק בהשינויים שבין סידור רבינו והשו"ע שלו.
ובמה שיש מקשים שאיך אפשר שעטיפת הישמעאלים תהי' באופן שהעינים מכוסות דא"א להליכה באופן כזה, כמדומה שאפילו בימינו כמה מהישמעאלים הולכים כזה בכמה מדינות — בשביל להגן על עיניהם מהחול שבאויר הבא מרוחות בלתי מצויות ואפילו מרוח מצוי', ורואים הנעשים מתחת וגם במרחק איזה אמות — כיון שהטלית תלוי באופן חפשי ולא חבוש על העינים, והוא ע"ד ההנהגה שלא להביט מחוץ לד' אמות.
מנהגנו ע"פ הוראת כ"ק מו"ח אדמו"ר, בעת העטיפה לכסות בחלקו העליון של הט"ג גם העינים אבל אין מכסים עד הפה.
ר אַ ש ח ד ש ת מ ו ז
היינט איז ראש חודש. די זאַך פון ראש חודש בפשטות (אין איינפאַכן זין) איז, אַז דעמאָלטא הויבט אָן די לבנה נאָכאַמאָל שיינען פון אָנהויב, פריער אַ קליין ביסל, דערנאָך מערער און מערער ביז פופצן טעג אין חודש (אָדער זעכצן טעג אין חודשב), וואָס דאַן איז — מילוי הלבנה, אַ פולע לבנה.
שטייט אויף דערויף אין מדרשג; ס'זיינען דאָך דאָ צוויי גרויסע שטערן וואָס באַלייכטן די וועלט, די זון באַטאָג און די לבנה באַנאַכט און אויך אַ טייל פון טאָג, וואָרום פילע טעג אין חודש זעט מען די לבנה אויך באַטאָג,
זאָגט דער מדרש אַז די אידן זיינען געגליכן צו דער לבנה. באַ אידן איז אויך דאָ אונטערשיידן, גרויסע חילוקים אין דעם ווי אידן לעבט זיך.312ס'זיינען געווען צייטן ווען ס'איז געווען „די פולע לבנה", ווען דער בית המקדש איז געווען אויפגעבויט, מען האָט געהאַט מלכים א. ז. וו., אָדער אין די צייטן פון משה רבנו — ווען משה האָט געפירט די אידן מיטן ארון הברית און מיט די לוחות פאָראויס און מען האָט געזען נסים אויף יעדן שריט און טריט. דערנאָך זיינען די צייטן ווען די לבנה איז אַלץ קלענער און קלענער, וואָס בכללות איז דאָס — ווען די אידן געפינען זיך אין גלות. דעמאָלט איז דער מצב פון אידן און דער רעספּעקט וואָס אַנדערע האָבן צו אידן — ניט אַזוי ווי ס'איז געווען ווען דער משכן אָדער בית המקדש איז געשטאַנען אויפגעבויט און אידן זיינען געווען זעלבסטשטענדיק אונטער דער אָנפירערשאַפט פון משה'ן אָדער דערנאָך — פוו מלכי ישראל (פון די אידישע מלכים).
און דאָס לערנט דער מדרש אידן, אַז זיי זאָלן זיך ניט שרעקן ווען מען זעט אַז „די לבנה" ווערט קלענער ביז אַז ענדע חודש זעט מען די לבנה אינגאַנצן ניט; מען זאָל וויסן אַז דאָס איז מער ניט ווי אַ צייטווייליקע זאַך און — עתידים להתחדש כמותה, ווי מען זאָגט אין דער ברכה פון קידוש להוה
דער אויבערשטער פאַרזיכערט, אַז אידן וועלן דערנאָך באַנייט ווערן מיט אַ נייעם אויפשטייג און מיט אַ נייער גאולה, ביז וואַנעט אַז עס וועט קומען — „לבנה במילואה"; עס וועט זיין די גאולה האמתית דורך מלך המשיח מיט אַ בית המקדש א.ז.וו.
מען דאַרף זיך ניט דערשרעקן פון דעם וואָס די חמה (די זון) זעט מען אַלעמאָל אַן ענדערונגען,
וואָס דאָס איז אין דעם נמשל, אַז די פעלקער וואָס אַרום אידן, — איז כאָטש זיי האָבן זיך געביטן, אנשטאָט איין פאָלק איז געקומען אַן אַנדערער — זיינען אָבער אַלעמאָל געווען פעלקער ניט אידישע וואָס זיי האָבן זיך באַצויגן ניט ווי עס באַדאַרף צו זיין צו אידן. וואָרום דאָס וואָס מען זעט אַז פעלקער ווערן פאַרשוואונדן און עס קומט אַן אַנדער פאָלק אויף זייער אָרט — איז דאָס גופא באַווייזט, אַז אַלע פעלקער צוזאַמען וועלן סוף כל סוף אַנערקענען דעם אמת, אַז אידן זיינען דער פאָלק וואָס האָט באַקומען די אמת'ע תורה פון אלקים אמת, פון דעם אויבערשטן, און מיט דעם אמת קענען זיי דורכגיין די וועלט.
דאָס איז די אָפּלערענונג פון ראש חודש פון יעדער חודש פון אַלע חדשים פון אַ גאַנץ יאָר, ספּעציעל איז דאָ אַ וויכטיקע אָפּלערנונג פון ראש חודש תמוז ובכלל פון די זומערדיקע חדשים, דעמאָלטד שיינט די זון מיט אַ גרעסערע שטאַרקייט און מיט אַ גרעסערע היץ, וואָס לויט דעם מדרש313פאַרשטייט מען — אַז אין דעם נמשל איז עס, אַז אין דער צייט ווען מען זעט אַז די אַנדערע פעלקער אַרום אידן האָבן אומגעוויינליכע דערגרייכונגען און האָבן אויפגעטאָן „גרויסע זאַכן" (אין דעם משל פון דער זון — אַז עס שיינט מיט אַ גרויסער ליכט), איז אויך ראש חודש תמוז דאַרף דערמאָנען און מען זאָל געדיינקען, אַז דער עיקר איז — עס הויבט זיך אָן דער חידוש הלבנה, אַז סוף כל סוף וועט די זון ניט לייכטן נאָר די לבנה — ווי ער זאָגט אין נבואה (לויט דער ערקלערונג פון מדרשח) ; מען וועט זען אַז דער אמת איז באַ די וואָס זיי זיינען מונים ללבנה, וואָס זיי ציילן (פון ראש חדש הלבנה) און טראַכטן זיך אַריין און נעמען אַרויס דעם מוסר השכל פון דעם ענין פון ראש חודש.
א
אַזוי ווי דאָס איז בהנוגע צום גאַנצן אידישן פאָלק, אַזוי איז דאָס אין באַצוג צו דעם לעבן פון יעדער אידן. מען טרעפט זיך דאָך מיט חברים אָדער מיט חבר'טעס וואָס צווישן זיי איז דאָ אַזוינע וואָס זיי זיינען ניט אַזוי פרום, אָדער אויך אַמאָל אַזוינע וואָס זיינען ניט קיין אידן, זיי שטאַמען ניט פון אידישן פאָלק, און מען טרעפט זיך מיט זיי אין שכנות אָדער אין אַן אַנדער אופן — דאַרף מען באַ זיך ניט טראַכטן אַז וויבאַלד אַז יענער, ווי עס זעט אויס, האָט ניט אויף זיך די אידישקייט־באַגרעניצונגען וואָס אידן האָבן, איז דערפאַר ח"ו ווערט מען שוואַכער, אָדער ער מיינט אַז ער דאַרף זיך שעמען ח"ו פאַר די וואָס באַ זיי (ווי באַ דער זון) איז ניטאָ קיינע ענדערונגען
אין צייט —
סיי וואָכן טעג, סיי שבת, סיי יום טוב און סיי ר"ה און יוה"כ מיט דער זעלבער גרויס, מיטן זעלבן שיין,
אַזוי אויך בנוגע אָרט —
סיי מען געפינט זיך אין דער היים און קיי מען געפינט זיך אין אַן אַנדער אָרט מיט דער זעלבער „הייליקייט",
— באַ אידן איז דאָס אַנדערש. באַ אידן זיינען דאָ וואָכעדיקע טעג און שבת'דיקע טעג און יו"ט'דיקע טעג; אין דער היים, אָדער אין בית הכנסת וביהמ"ד. באַ אידן איז דאָ אַן אונטערשייד בשעת ער איז מקיים אַ מצוה, אָדער בשעת ער טוט אַ וואָכעדיקע זאַך (מער ניט ווי מיט אַ כוונה לשם שמים, וואָס דעמאָלט איז דאָך די קדושה, די שיין פון ג־טליכקייט, זעט זיך ניט אַזוי אָן, וואָס דערפאַר טאָר מען דאָך אויף דערויף ניט מאַכן קיין ברכת המצות) —
314ואדרבה, ווי ער זאָגט אין מדרש (דאָרט), אַז אַזוי ווי די לבנה לייכט באָנאַכט און באַטאָג אַזוי אויך אידן האָבן אַ „חלק בעולם הזה ובעולם הבא".
אַזוי איז אויך בפרט בהנוגע צו אייך. און אייער באַציאונג צו די וואָס, איבער פאַרשידענע סיבות, באַקומען זיי ניט (צו זייער אומגליק) אַ אמת אידישן חינוך, לערנען ניט קיין לימודי קודש א. ז. וו.
דערצו איז נאָך צוצוגעבן אַן עיקר באַמערקונג;
בשעת איר האָט געלערנט אין בית רבקה האָט איר דאָך געלערנט לימודי קודש און אויך לימודי חול — דאַרפט איר אַלעמאָל געדיינקען אַז דער עיקר זיינען די לימודי קודש, דאָס וואָס מען לערנט אין תורת חיים, אין אונזער הייליקער תורה. און דאָס וואָס מען לערנט אין לימודי חול (די סעקולערע זאַכן) דאַרף מען זיי אויך אויסנוצן אין אַזאַ וועג, אַז אויך זיי זאָלן דורכגענומען ווערן מיט אידישקייט, ביז וואַנעט אַז מען וועט דערקענען אַז דער וואָס האָט געלערנט די לימודים — פירט זיך אויף אויך אין וואָכעדיקע זאַכן — ווי אַ איד דאַרף זיך אויפפירןח, אַז מען זאָל אויף אים קענען זאָגן אַז דאָס איז אַ ריכטיקער קינד פון אברהם יצחק ויעקב און שרה רבקה רחל ולאה.
דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן — אַזוי ווי איצט איז דאָך די צייט וואָס איז חופש (וואַקיישאָן צייט), זאָלט איר וויסן אַז דאָס איז נאָר וואַקיישאָן פון לימודי חול, אָבער ניט ח"ו פון לימודי קודש און ניט פון הנהגות קודש, פון אַ אידישער אויפפירונג; אדרבה — וויבאַלד אַז מען האָט מערער פרייע צייט, דאַרף מען צוגעבן אין אידישקייט און אין אידישער אויפפירונג — אין טאָג טעגלעכן לעבן אפילו אין די וואָכעדיקע זאַכן. און בשעת מען נעמט אָן אין דעם אַ פעסטן באַשלוס — איז דער אויבערשטער מצליח, אַז מען זאָל דעם באַשלוס קענען דורכפירן אין דער פולסטער מאָס און אין גוטן געזונט ובשמחה ובטוב לבב.
זאָל אייך דער אויבערשטער בענטשן מיט אַ געזונטן זומער, אַ אידישן זומער און אַ פריילעכן זומער און אויסנוצן אים אין אַ וועג אַז דער זומער זאָל זיין ווי עס דאַרף צו זיין און צום נייעם יאָר זאָלט איר מיט באַנייטע כחות קאָנען שטייגן אַלץ העכער און העכער אין אידישקייט ביז — אַז יעדערע פון אייך זאָל זיין אויף איר ניכר אַז זי איז אַ בת שרה רבקה רחל ולאה.
(שיחת ה' פ' קרח, ב' דר"ח תמוז, ה'תשכ"ד
— לתלמידות תי' המסיימות מבית רבקה)
315ראש־חודש האָט אַ ספּעציעלע פאַרבינדונג מיט אידןא בכלל אַלס פאָלק, ווי מ'זעט עס פונעם נוסח וואָס די אנשי כנסת הגדולה האָבן מתקן געווען אין תפלת מוסף פון ראש־חודש: „ראשי חדשים לעמך נתת"; און נאָכמער האָט ראש־חודש אַ באַזונדער פאַרבינדונג מיט אידישע פרויען — און דאָס איז זיי געגעבן געוואָרן ווי אַ שכר, ווי עס ווערט דערציילט אין פרקי דר"אב, דערפאַר וואָס בעת אידן האָבן זיך געפונען אין מדבר, האָבן די פרויען אַרויסגעוויזן אַ שטאַרקע צוגעבונדנקייט צו דעם אויבערשטן, טראָץ דער שטאַרקער פאַרפירונג וואָס האָט דאַן געהערשט. דאָס איז דאָך פאָרגעקומען נאָכדעם ווי מ'איז געווען צוויי הונדערט און צען יאָר אין פאַרשקלאַפונג צום פאָלק מצרים, אַ לאַנד וואָס האָט געוועלטיקט איבער דער גאַנצער וועלטג, און וועלכע איז געווען אינגאַנצן דורכגענומען מיט דער אומווירדיקייט פון עבודה־זרהד (און דעריבער דאַרף דאָס אַזויפיל ניט וואונדערן, וואָס קומענדיק אין מדבר נאָך די אַלע ניסים וואָס דאָס אידישע פאָלק האָט געזען און איבערגעלעבט, אַז געציילטע מענטשןה זאָלן פאַרפירט ווערן און זאָגן אויף אַ זאַך וואָס איז ניט דער אויבערשטער; „אלה אלוקיך ישראל"ח; און אויך דערביי האָבן זיי דאָס אָנגענומען ניט מער ווי „שיתוף" — אַ „מיטהעלפער" — צוזאַמען מיטן אויבערשטןז).
און פונדעסטוועגן, אפילו אין דעם מצב פון נסיון און פאַרפירונג וואָס האָט געהערשט אין מדבר — ווערט דערציילט אין פרקי דר"א — האָבן די פרויען זיך אָפּגעזאָגט פון צו נעמען אַן אָנטייל אין דעם ; זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי וועלן בשום אופן ניט אויספאָלגן צו באַטייליקן זיך אין מאַכן און אַנערקענען אַן אומווירדיקייט וואָס האָט ניט קיין שום כח — דערפאַר וואָס דער איינציקער אָנלען, בטחון און שטאַרקייט פון אידן איז בלויז און נאָר דער אויבערשטער.
און דערפאַר האָט דער אויבערשטער צוגעטיילט אַ ספּעציעלן שכר די אידישע פרויען פון אַלע דורות; זיי זאָלן זיין פאַרבונדן — „אָפּהיטן די ראשי חדשיםח נאָך מער ווי די מענער". ביי די מענער דריקט זיך אויס דער316פאַרבונד, צום גרעסטן טייל, אין די באַשטימטע תפילות און ברכות פון ראש חודש אד"גט ; און ביי פרויען קומט נאָך צו דער צוגאָב פון די מנהגים אַז זיי זאָלן זיך אָפּהיטן פון טאָן פאַרשידענע מלאכותי אין טאָג פון ראש חודשיא.
וויבאַלד דאָס איז זיי געגעבן געוואָרן ווי אַ שכר אויף אַלע דורות, כל זמן דאָס אייביקע אידישע פאָלק וועט עקזיסטירן — און ווי ער פאַרענדיקט דאָרט אין פרקי דר"א, אַז אויסער דעם דערמאָנטן אייביקן שכר פאַר די פרויען אין עולם הזה, וועט זיי לעתיד לבא — נאָך משיח'ס קומען — געגעבן ווערן נאָך אַ צווייטער שכר; „המשביע בטוב עדיך תתחדש כנשר נעוריכי"יב, אַז זיי וועלן (ווי די ראשי חדשים) באַנייט און דערפרישט ווערן מיט יוגנטיג אין זייער געזונט און געזעטיקט מיט גוטס אין אַלע זייערע ענינים — איז דאָך דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז ניט בלויז צוליב דער מעלה פון די פרויען אין יענעם דור, וועלכע האָבן געקענט ביישטיין אפילו אַזאַ שטאַרקן נסיון וואָס ניט אַלע מענער זיינען בייגעשטאַנען; נאָר ווייל דאָס איז, דאָס ווערט, אַן איינגעבאָרענע מעלה ביי אַלע אידישע פרויען אין אַלע דורות. און דערפאַר קומט אָט־דער שכר און ווערט איבערגעגעבן אויך צו אַלע פרויען אין אַלע צייטן ביז משיח צדקנו און אויך נאָך דעם.
פאַרוואָס טאַקע פאַרמאָגן די פרויען אָט דעם כח און די מעלה נאָך מער ווי די מענער? וועט דאָס זיין פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס ס'ווערט דערקלערט אין פאַרשידענע ערטער, אַז די גאַנצע זאַך פון אידישקייט איז געבויט אויף אמונה, אויף ריינעם גלויבן אין דעם אויבערשטן. הגם אַז צוזאַמען דערמיט באַמיט זיך אַ איד, אויף וויפל עס איז אָפּהענגיק אין אים, צו פאַרשטיין דעם אויבערשטנס גרויסקייט אויך מיטן שכליד — אָבער צום אַלעם ערשטן, און צום אַלעם לעצטן, איז דאָס ביי אים דער ריינער אמונה־געפיל, אַ געפיל וואָס קען ניט ווערן צעטרייסלט און גערירט דורך קושיות און נסיונות וכו'.
אָט דער כח און געפיל איז טאַקע איינגעוואָרצלט אין האַרץ פון יעדער איד, סיי מענער און סיי פרויען, ווייל זיי אַלע זיינען דאָך בני אברהם יצחק ויעקב און בנות שרה רבקה רחל ולאה; ס'קען אָבער אַמאָל געשען,317אַז אָט־דער געפיל, הגם ער בלייבט גאַנץ און שטאַרק, זאָל ער ווערן פאַרדעקט און פאַרבאָרגן, ד. ה. אַז צוליב פאַרשידענע אומשטענדן זאָל זיך ניט אָנזען זיין ווירקונג אין טאָג־טעגלעכן לעבן. און אין דעם פּרט האָט די פרוי אין זיך אַ באַזונדערע שטאַרקייט ניט צו דערלאָזן אַז דער געפיל זאָל ווערן פאַרהוילן — ניט בלויז דער געפיל גופא זאָל חלילה ניט אָנגערירט ווערן, נאָר אויך זיין ווירקונג אין די פאַרשידענע פּעולות זאָל בלייבן אומבאַרירט.
דערפאַר געפינט מען אַז אַלעמאָל (אויך דאַן ווען די אידן זיינען געשטעלט פאַר אַ נסיון) זיינען זיי בצייכנט אַלס „מאמינים בני מאמינים"יח — און דאָך האָט דאַן די ווירקונג פון דעם אמונהגעפיל ניט דערגרייכט צו אַזאַ שטופע וואָס זאָל פאַרהיטן די מענער פון צו משתתף זיין זיך מיט זהב צום „עגל" (אַ חטא פון עבודה־זרה), הגם אַז אינעווייניק, אין זייער עצמיות, איז דער רגש האמונה געבליבן שטאַרק ווי פריערי. ביי פרויען אָבער*16 איז אויך די ווירקונג פון אָט־דעם אמונה־געפיל געבליבן דאַן אין איר פולער קראַפט און מיט דער גרעסטער אַנטשלאָסנקייט האָבן זיי זיך אַנטזאָגט פון געבן זהב לעגליז.
א
און דאָס באַווייזט, ווי געזאָגט פריער, אויף דער איינגעבאָרענער אייגנשאַפט פון אַלע אידישע פרויען אין יעדן זמן און דור — אויך אין אונזער דור פּונקט ווי אין די דורות פאַר אונז און אויך נאָך אונז; און איינגעשלאָסן יעדערע פון די בנות ישראל אין יעדן מקום —
ניט בלויז זייער אמונה־געפיל גופא בלייבט פולשטענדיק אומבאַרירט אין זיין פולן תוקף, נאָר די זעלבע אמונה־שטאַרקייט קומט ביי זיי צום אויסדרוק און נעמט דורך אַלע זייערע פּעולות און שפּיגלט זיך אָפּ אין די פאַרשידענע דערשיינונגען פון זייער טאָ־טעגלעכן לעבן; ניט צו נתפּעל ווערן פון קושיות און שטערונגען פון די וועמען עס געפעלט ניט אָדער זיי לאַכן אָפּיח פון דער אידישער הייליקער פירונג אדג"ל, נאָר מ'גייט פעסט און שטאָלץ מיטן כח פון אמונה וואָס ווערט דער ווע־ווייזער און באַלייכטער אין יעדן זמן פון טאָג, אין אַלע טעג פון וואָך, אין אַלע וואָכן פון יאָר און אין אַלע יאָרן פונעם מענטשלעכן לעבן.
318ראש חודש האָט נאָך אַ פּרט וואָס האָט הויפּטזעכלעך אַ שייכות צו פרויען און וואָס איז אויך אָנגעוויזן אין נוסח התפילה פון ראש חודש;
נאָך דעם ווי מען זאָגט אין דאַוונען „ראשי חדשים לעמך נתת", איז מען ממשיך: „זמן כפּרה לכל תולדותם". ד. ה. אַז אויסער דעם וואָס ראש חודש איז אַ זמן פון כפּרה אין אַלגעמיין — דעמאָלט בעטן אידן אויס אַ פאַרגעבונג פון דעם אויבערשטן אויף אומגעוואונטשענע מעשים פון אַלע אידן, ווי מען זאָגט „וראשי חדשים לכפּרה" — איז ראש חודש דער זמן פון אַ ספּעציעלער כפּרה וואָס קומט בשייכות צו קינדער; „זמן כפרה לכל תולדותם"יט.
דאָס הייסט, אַז צוזאַמען מיט דער אַלגעמיינער כפּרה פון ראש חודש בנוגע אַלע אידן, איז אויך פאַראַן אַן אויסגעטיילטע כפּרה פאַר קינדער.
פאַרשטייט זיך, אַז ווי אַזוי פּועל'ט מען אויס אָט־די כפּרה פאַר קינדער — דורך דעם וואָס די קינדער ווערן דערצויגן און אויפגעהאָדעוועט אין דעם אמת'ן גייסט פון תורה ומצוות, און זיי גייען דערנאָך אין דעם וועג וואָס דער אויבערשטער וויל. און אָט־די דערציאונג פון קינדער איז דאָך אין דער גרעסטער מאָס אָפּהענגיק פון דער פרוי90), פון דער עקרת הבית, וואָס זי האָט די מעגלעכקייט אַוועקצושטעלן און פירן ווי עס באַדאַרף צו זיין די גאַנצע הויז בכלל און דעם יסוד און אופן החינוך פון קינדער בפרטכא.
דורך דעם ווערט מען אַ פּאַסיקע כלי צו אויסווירקן און אויפנעמען די „כפרה לכל תולדותם" — פאַר אידישע קינדער. מען לעבט דאָך אין אַ „גרויסער" וועלט, אין וועלכער די אידן זיינען אין כמות (אין קוואַנטיטעט) אַ מינדערהייטכב. דעריבער קענען זיך ביי זיי צוקלעפּן, פון דער דרויסנדיקער וועלט, ניט קיין געוואונטשענע זאַכןכג; ובפרט ביי קינדער וועלכע פאַרמאָגן נאָך ניט די געהעריקע שטאַרקייט בייצושטיין נסיונותכד — פאַר זיי איז דעריבער נויטיק אַ באַזונדערע אונטערשטיצונג און אַ ספּעציעלע כפרה, וואָס דאָס ווערט אויסגע'פועל'ט אין ראש חודש אויף אַ באַזונדערן אופן.
319— און דערמיט ווערט נאָכאַמאָל אונטערשטראָכן די ספּעציעלע פאַרבינדונג פון ראשי חדשים מיט נשי ובנות ישראל.
בכדי אַ אידישע פרוי זאָל זיך קענען פירן ווי זי דאַרף זיך פירן — ווי גערעדט פריער — און אַז זי זאָל זיין באַרעכטיקט צו טראָגן דעם נאָמען פון בת שרה רבקה רחל ולאה, דאַרפן אירע עלטערן זי צוגרייטן דערצו, דורך פּאַסיקן חינוך און דערציאונג, אַז זי זאָל וויסן און אָפּשאַצן סיי דעם גרויסן זכות וואָס דער אויבערשטער האָט איר געגעבן, און סיי די גרויסע אחריות וואָס איז אויף איר דערמיט אַרויפגעלייגט געוואָרן — אַן אחריות ניט בלויז פאַר זיך, נאָר אויך פאַר דער אומגעבונג, פאַר די מערערע אידישע קינדער אין דער נאָענט און אויך אין דער ווייט.
ווי מען זעט דאָס בפועל, אין די פאַלן ווען מען באַווירקט אַ מענטשן צום גוטן, אַז דער באַווירקטער טרעפט זיך דערנאָך ערגע־וואו מיט אַ צווייטןכה מענטשן וועלכער ווערט פון אים. באַאיינפלוסט צום גוטן א. אַ. וו., ביז דאָס ווערט אַ המשך און פון דעם איינעם וועלכן ער האָט צוגעצויגן צו אידישקייט קומען דערנאָך אַרויס פירות און פירי־פירות.
אַזוי איז דאָס אויך, און איבערהויפּט, ביי דער השפעה פון אידישע פרויען און מיידלעך; אַז ניט געקוקט דערויף וואָס אַמאָל איז לויטן חשבון וואָס מען מאַכט קומט אויס, אַז מען האָט (דערוויילע) משפיע געווען נאָר אויף אַ קליינער צאָל — ברענגט דאָס אָבער אין די מערסטע פאַלן צו אַ ווייטערדיקן געוואונטשענעם המשך. וואָרום אויך די, וועלכע מען האָט מקרב געווען צום אויבערשטן, ווערן דערנאָך אַליין משפיעים און באַווירקן זייער קרייז צו גיין אין דער גוטער ריכטונג פון תורה ומצוות.
דאָס אונטערשטרייכט אַמשטאַרקסטן ווי גאָר גרויס עס איז די וויכטיקייט, אַז אידישע טעכטער זאָלן באַקומען אַ חינוך על טהרת הקודש, געבויט אויף דער ריינער הייליקייט פון אידן און אידישקייט, ווי זיי ווערן אויסגעדריקט אין אונזער הייליקער תורה.
אַזאַ הייליקער תורה־חינוך באַווייזט זיי הן זייער אייגענעם וועג אין לעבן, אַלס איינצלנע פּערזאָן, און הן זייער וועג און אויפטואונגען אין אַלגעמיינעם סדר החיים, ווי אַ טייל פון דעם כלל־ישראל'דיקן לעבן; אַז זיי זאָלן זיין די גוטע שליחות פון דעם אויבערשטן „לעשות לו (יתברךכו) דירה320בתחתונים"כז — מאַכן פון דער גאַנצער וועלט אַ גרויסן בית המקדש פאַר דעם אויבערשטן און פאַר זיין קדושה.
א
דאָס אויבנגעזאָגטע איז דאָך בשייכות צו יעדן ראש חודש פון אַלע חדשים פון יאָר.
עס איז אָבער פאַראַן אויך אַ ספּעציעלע פאַרבינדונג מיט ראש חודש תמוז, בפרט פאַר די פאַרזאַמלטע דאָ און אויך פאַר די אַלע וואָס זיינען אונטער דער השפּעה פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווערכח;
ראש חודש תמוז איז דאָך דער אָנהויב פון דעם חודשכט אין וועלכן ס'איז פאָרגעקומען די גאולה. כידוע, איז דער גאַנצער אַרעסט זיינער געקומען צוליב דעם וואָס ער האָט פאַרשפּרייט אידישקייט און דערצויגן אידן אין דעם וועג וואָס דער אויבערשטער וויל, ניט רעכענענדיק זיך מיט קיינע שוועריקייטן און סכנות. דערנאָך האָט ער מנצח געווען, טראָץ דעם וואָס קעגן אים האָט זיך פאַרמאָסטן אַ מעכטיקע מלוכה, און ער איז באַפרייט געוואָרן אין חודש תמוז. און ווי דער רבי דער שווער האָט דערנאָך דערקלערטל, איז דאָס געווען ניט בלויז זיין באַפרייאונג, ניט בלויז אַ באַפרייאונג פון אַ מענטשן, נאָר ס'איז געווען די באַפרייאונג פון זיין שיטה; אַז ווען עס קומט צו תורה און אידישקייט, טאָר זיך אַ איד ניט רעכענען מיט קיינע חשבונות און דאַרף ניט קוקן אויף קיינע שוועריקייטן. ער דאַרף גיין לבטח דרכו, גיין מיט דער גאַנצער שטאַרקייט אין דער וועג וואָס דער אויבערשטער האָט אים אָנגעוויזן אין זיין תורה און פאַרשפּרייטן אידישקייט וואו נאָר ער קען דערגרייכן.
א
אין דעם אַלעמען איז אויך געווען אַ באַזונדערע הדגשה בשייכות מיט אידישע טעכטער און פרויען;
אָנהויבנדיק נאָך ווען ער איז געווען אין רוסלאַנד — און שטאַרק פאַרברייטערט נאָך זיין אַרויספאָרן פון דאָרט — האָט דער רבי דער שווער ניט אויפגעהערט צו באַמיען זיך אַז וואָס מער ענינים פון אידישקייט און321תורה זאָלן איבערגעזעצטלא ווערן אין שפּראַכן וואָס זיינען פאַרשטאַנדיק צו וואָס מער אידישע פרויען; אַז מען זאָל עס פאַרשפּרייטן אויף דעם מעגלעך ברייטסטן אופן בכדי צו דערגרייכן וואָס מער אידישע טעכטער.
די כוונה פונעם רבי'ן דעם שווער איז דערביי געווען, אַז אויך די פרויען זאָלן קענען נעמען אַן אַקטיוון אָנטייל אין פאַרשפּרייטן די קוואַלן פון תורה און חסידות, און מקרב זיין זיך און אַנדערע אידישע פרויען צו דעם אויבערשטן; אַז זיי זאָלן דאָס טאָן מיט לעבעדיקייט און אין אַן אופן פון „מוסיף והולך ואור" — מאַכן ליכטיקער און ליכטיקער, ביז מ'וועט מאַכן ליכטיק די גאַנצע וועלט און גיין אַנטקעגן משיח צדקנו.
א
דער אויבערשטער זאָל אייך מצליח זיין, אַז פון די ענינים וואָס ראש חודש דייטעט אָן פאַר אידן בכלל און פאַר אידישע פרויען בפרט, און דאָס וואָס ראש חודש תמוז באַזונדערס לערנט אידן און אידישע פרויען, זאָלט איר דערפון מיטנעמען אויף דער זומערדיקער צייט — וואָס הגם זי ווערט גערופן „וואַקיישאָן" צייט, דער זמן פון „פריי זיין", מיינט עס אָבער זיכער ניט מער ווי אַ באַפרייאונג פון זאַכן וואָס זיינען ניט פאַרבונדן מיט תורה און אידישקייט.
וואָרום די תורה איז „חיינו ואורך ימינו" — איז דאָך ניט שייך צו זאָגן אַז מען נעמט חס־ושלום אַ באַפרייאונג פון לעבן, אַ „וואַקיישאָן" פון חיים82).
אדרבה, בשעת מען איז, אין די זומער חדשים, באַפרייט פון אַנדערע מיני באַשעפטיקונגען, האָט מען מערער צייט און ענערגיע זיך אָפּצוגעבן מיט פאַרשפּרייטן אידישקייט בכלל און תורה־חינוך פאַר אידישע קינדער בפרט. ווייל וויבאַלד אַז דאָס איז אַן איינגעשטעלטער סדר צו האָבן מער פרייע צייט אין די זומער מאָנאַטן, דאַרף מען דאָס, ווי אַלע זאַכן און דערשיינונגען אין וועלט, אויסנוצן אויף ענינים פון תורה ומצוות.
— ווי דער בעל שם טוב זאָגטלח, אַז יעדער זאַך וואָס אַ איד זעט און הערט, איז דערין פאַראַן אַן אָנווייזונג אין זיין תפקיד, זיין שליחות און זיין דינען דעם אויבערשטן.
די אָנווייזונג בנוגע די זומער חדשים דאַרף זיין — אַז איר זאָלט מיט באַנייטע כחות, מיט פרישער ענערגיע און מיט נאָך מער פריילעכקייט, לעבעדיקייט און ליכטיקייט, נעמען אויף זיך די שליחות אויסצונוצן די קומענדיקע וואָכן און חדשים אויף צו פאַרשפּרייטן אידישקייט וואו נאָר מען קען322דערגרייכן, און באַזונדערס צווישן די קינדער וועלכע וועלן זיין אונטער אייער השפעה.
און דאָס וועט זיכער אַראָפּבריינגען דעם אויבערשטנס ברכה והצלחה, אַז עס זאָל זיין אַ געזונטער זומער, אַ הצלחה'דיקער זומער, און עס זאָל אין דעם זומער מקויים ווערן די הבטחה פון „יהפכו ימים אלו לששון ולשמחה"לד — אַז אויך די טעג פון חודש תמוז וואָס ביז איצט זיינען זיי ניט געווען קיין זמן פון ששון ושמחה, זאָלן אויך זיי פאַרוואַנדלט ווערן אין פריידיקע טעג, דורך דער גאולה האמיתית והשלימה, די אמת'ע און פולקאָמע גאולה דורך משיח צדקנו;
וואָס ער וועט קומען גאָר אינגיכן און וועט אַרויסנעמעןלח פון גלות יעדערן פון אונז באַזונדער און אַלעמען צוזאַמעןל בתוך כלל ישראל און וועט אונז ברענגען קוממיות לארצנו, מיט אַן אויפגעהויבענעם קאָפּלז „ושמחת עולם על ראשם"לח, מיט אַן אייביקער שמחה אין אונזער הייליקן לאַנד,
דאָס לאַנד וואָס דער אויבערשטער האָט ביים ברית בין הבתרים געזאָגט צו אברהם אבינו „לזרעך נתתי את הארץ הזאת"לט — דיינע קינדער (ביז סוף כל הדורות) האָב איך אָפּגעגעבן דאָס לאַנד, און קיין מענטש איז אויף דעם קיין בעל־הבית ניטמ. און דערפאַר ווייל דאָס לאַנד איז מיינע, זאָגט דער אויבערשטער, נעם איך דאָס אַוועק פון די וועמען איך האָב עס געגעבן צייטווייליק און גיב דאָס צו אייך.
און איר זאָלט זיך אויך ניט שרעקן, וואָס אויף אַ „וויילע"מא (וואָס האָט זיך צוליב געוויסע סיבות פאַרצויגן אויף הונדערטער יאָרן) איז דערנאָך געקומען אַ זמן וואָס „מפני חטאינו גלינו מארצנו", וואָרום אויך דעמאָלט ווען „גלינו", ווען מ'איז פאַרטריבענע אין גלות, בלייבט עס אויך דאַן — „ארצנו", אונזער לאַנד, און קיינער קען אונז אין דעם ניט זאָגן קיין דיעות. דער עיקר איז צו מאַכן אַ שטאַרקע החלטה און זיך פירן אין אַזאַ אופן וואָס זאָל מבטל זיין דעם „חטאינו", די זאַכן וואָס זיינען ניט ווי דער אויבער־323שטער וויל, וועט דאַן בדרך ממילא בטל ווערן דער „גלינו" און מען וועט גיין — ווי גערעדט פריער — קוממיות לארצנו ובקרוב ממשמב.
איר זאָלט האָבן אַ הצלחה'דיקן זומער און אַ געזונטן זומער און מען זאָל הערן פון אייך בשורות טובות תמיד כל הימים.
(שיחת יום ד' פ' קרח, א דר"ח תמוז תשל"א — להתלמידות המסיימות ד"בית
רבקה", ולהמדריכות דהמחנות „אמונה", „גן ישראל" ו"פרדס חנה" תחיינה)
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ח׳
- Id
- rh-wzbc5vfv