עברית
Library

Likkutei Sichos

Chukas 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

123ז

רות

א. אין אָנהויב פון דער סדרה, איז רש"י מעתיק פון פּסוק די ווערטער „זאת חקת התורה", און איז דערויף מפרש; „לפי שהשטן ואומה"ע מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת (לכםא) ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חקה, גזירה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחרי'".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) פון רש"י'ס לשון „לפיכך כתב בה חקה" איז משמע, אַז רש"י איז דאָ אויסן

(ניט צו מבאר זיין דעם טייטש פון וואָרט חקת — וואָרום רש"י האָט שוין דעם וואָרט אָפּגעטייטשט פריער און אין מערערע ערטערב; און מ'קען ניט זאָגן, אַז וויבאַלד דעם פּי' הנ"ל האָט ער געשריבן אין די פריערדיקע ספרים איז דעריבער נויטיק דאָס צו איבער'חזר'ן נאָכאַמאָל — וואָרום אין דעם ספר במדבר גופא שטייט שוין פריערג דער וואָרט „חקה" און רש"י איז אים דאָרט ניט מפרש. וואָס דערפון איז מובן, אַז רש"י פאַרלאָזט זיך אַז דער תלמיד האָט ניט פאַרגעסן דעם טייטש פון חוקה פון איין ספר צום צווייטןד — נאָר)

צו באַוואָרענען די איבעריקייט פון וואָרט חקת; עס האָט דאָך געקענט שטיין „זאת התורה"ה — צוליב וואָס „כתב בה חקה"?

איז עפּ"ז ניט מובן; וויבאַלד אַז דעם פּי' פון חקה ווייס שוין דער תלמיד, האָט דאָך דאָ רש"י געדאַרפט זאָגן בקיצור „לפי שאין בה טעם לפיכך כתב בה חקה כו'", בכדי צו פאַרענטפערן די שוועריקייט פון צוגעגעבענעם וואָרט „חקת". צוליב וואָס די גאַנצע אריכות הדברים „שהשטן ואומה"ע כו'" וועלכע זיינען שוין (לכאורה) פריער געזאָגט געוואָרן — וכמה פּעמים — בפּירושו?

ב) נאָך שווערער איז די קשיא דערמיט וואָס אין זיין פּי' אויף אונזער פּסוק זיינען פאַראַן שינויים אין לשון לגבי זיין פּי' אין די פריערדיקע סדרות; (א) אין די פאָריקע סדרות זאָגט רש"י דעם לשון „יצר הרע" און אין אונזער פּסוק „שטן"; (ב) דאָרטן שרייבט ער „משיבין"ו אָדער „מקנטר"ז, און אין אונזער פּסוק — „מונין". (ג) אַנשטאָט דעם לשון „אי אתם רשאים להפטר"ח וואָס שטייט פריער — זאָגט ער דאָ „אין לך רשות להרהר אחרי'"?

ג) פון רש"י'ס פאַרענטפערן „לפיכך כתב בה חקה", איז מוכח כנ"ל, אַז124די שוועריקייט איז באַשטאַנען נאָר אין דער איבעריקייט פון וואָרט „חקת" אין פּסוק, אָבער בנוגע די ווערטער „זאת התורה", איז ניטאָ קיין קשיא (ווייל דעם לשון געפינט מען אין פילע ערטערט) — פאַרוואָס־זשע איז ער מעתיק פון פּסוק „זאת (חקת) התורה"?

ב. איז דער ביאור אין דעם;

פון אָט דעם לשון הפּסוק „זאת הקת התורה" איז מוכח, אַז בלויז פּרה אדומה איז די — ד. ה. די איינציקע — חוקה פון תורה210). ולכאורה זיינען פאַראַן נאָך חוקים, ווי רש"י זאָגט פריערב, אַז אויך „אכילת חזיר ולבישת שעטנז" (און ער איז נאָך מוסיף*10 „וכיוצא בהם") זיינען חוקים? מוז מען דעריבער זאָגן, אַז „חוקה" ווי געמיינט דאָ — איז נאָר איינע פרה אדומה. ד. ה. אין חוקים זיינען פאַראַן צוויי סוגים; א) אַזעלכע וואָס בכללות זיינען זיי יאָ בגדר השכל, נאָר זיי האָבן אויף זיך אויך קשיות און ניט אויסגעהאַלטנקייט אין שכל. ב) אַזעלכע וואָס זיינען לגמרי ניט אין גדר השכל. און דעריבער שטייט דאָ „זאת חקת התורה", ווייל פרה אדומה איז טאַקע די איינציקע חוקה פון (גאַנץ) תורהיא, פון אַזאַ סוג וואָס האָט לחלוטין ניט קיין אָנהאַלט אין שכליב.

און דערפאַר בעת רש"י ברענגט (אין ספר ויקראיג) דוגמאות פון חוקים, רעכנט ער אויס „אכילת חזיר ולבישת שעטנז וטהרת מי חטאת" און ער דערמאָנט ניט פרה אדומהיד — ווייל דער חק פון פרה אדומה איז לגמרי פון אַן אַנדער סוגיח;

„טהרת מי חטאת" (וואָס קומט שוין לאחרי עשיית הפרה) איז אַן ענין וואָס בכללותו איז עס מובן ע"פּ שכל; כשם ווי די טהרה וואָס קומט דורך טבילה במקוה געפינט מען ניט ערגע־וואו אַז רש"י זאָל עס אָנרופן „חקה", ווייל (אין דרך הפּשטיח) אין שכל איז פאַ־125ראַן אַן אָרט צו מסביר זיין, אַז וואַסער (מי מקוה) איז בכח צו מטהר זיין אויך אַ לכלוך רוחני (טומאה), עד"ז קען אויך זיין דער הסבר שכלי בנוגע דער טהרה וואָס קומט דורך „מי חטאת"; דער פּלא און די אַנדערשקייט ביי טהרת מי חטאת איז נאָר אין דעם פּרטיז, וואָס זיי זיינען מטהר דורך שפּריצן אַ פאַר טראָפּן פון די מי חטאתיח, בעת ביי טבילה במקוה דאַרף ער טובל זיין כל גופו במים.

און וויבאַלד אַז טהרת מי חטאת בכלל האָט אַן אָרט אין גדר השכל, דערפאַר ווערט עס ניט אויסגעטיילט פון אַנדערע חוקים, און ווערט נכלל אין „חקותי" לשון רבים, וואו עס רעדט זיך וועגן דעם סוג חוקים וואָס זיינען ניט אינגאַנצן מופשט פון הבנת השכל.

משא"כ „פרה אדומה", ד. ה. די עשיית הפרה, איז אַן ענין וואָס האָט לגמרי ניט קיין אָרט אין שכל; ווי אַ קרבן קען זי ניט באַטראַכט ווערן, ווייל (א) מען איז פון איר גאָרניט מקריב אויפן מזבחיט, און (ב) די עשיית הפרה האָט (אין אַלעכ אירע פּרטים) געדאַרפט זיין דוקא „חוץ לשלש מחנות"כא — היפך פון קרבנות וואָס זייער מקום איז דוקא „בפנים"; אויך איז זי (פרה אדומה) ניט בדומה צום „שעיר המשתלח"כב — אין צוגאָב צו דעם וואָס דער שעיר איז תחילתו בפנים — (וואָס קען אויך מוסבר ווערן על פּי שכלכג, אַז דורך אַוועקשיקן דעם שעיר „אל ארץ גזירה" ווערן אויך אַוועקגעשיקט „כל עוונותם" דערמיט וואָס „ונשא השעיר עליו"כד) ווייל, אין היפך צו שעיר המשתלח, איז די פרה אדומה שייך „לה'"כח, און דערפאַר איז (א) „מצותה בסגן"כ, (ב) „והזה אל נכח פני אהל מועד"כז, און (ג) „קראה הכתוב חטאת לומר שהיא כקדשים"98).

קומט דאָך במילא אויס, אַז פרה אדומה האָט לגמרי קיין אָרט ניט אין126שכל. און דערפאַר ווערט זי ניט נכלל אין „חקותי" לשון רבים, וועלכע מיינען אַזעלכע חוקים וואָס האָבן עפּעס יע אַן אָרט אין שכל.

ג. עפּ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס בשייכות צו דער חקה אין אונזער פּסוק זאָגט רש"י די לשונות „שטן", „מונין" און „אין לך רשות להרהר אחרי' " — און ניט „יצה"ר", „משיבין" און „אי אתם רשאין להפטר", די לשונות וועלכע רש"י נוצט ביי די חוקים פונעם אַנדערן סוג;

ס'איז מובן בפּשטות — און אויך אַ „בן חמש (למקרא)" פאַרשטייט עס — אַז דער מענטשלעכער שכל איז שלא בערך צו דעם אויבערשטנ'ס שכל. און דעריבער, ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ מצוה וואָס דער מענטש האָט אין איר לגמרי קיין באַגריף ניט, קען דער יצה"ר אים ניט איינריידן אַז דערפון וואָס מ'קען די מצוה ניט נעמען מיט פאַרשטאַנד פון אַ מענטשן איז אַ ראי' אַז זי איז ח"ו ניט פון אויבערשטן — ווייל איפכא מסתברא; פאַרוואָס זאָל מען איבערהויפּט אָננעמען, אַז אַ מענטש קען גאָר פאַרשטיין די ציוויים פון אויבערשטן?

אויף די מצות וואָס האָבן יע אַן אָרט אין שכל און צוזאַמען דערמיט האָבן זיי אויף זיך קשיות, קענען דער יצה"ר און או"ה אָפּענטפערן — „משיבין", און „אויפווייזן" אַז זיי זיינען ח"ו ניט מפי הקב"הכט (וואָרום ווי קען עס געמאָלט זיין, אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט ציוויים אין אַזאַ „ניט אויסגעהאַלטענעם" אופן אַז דער מענטשלעכער שכל זאָל זיי קענען באַגרייפןל און גלייכצייטיק זאָל ער האָבן קשיות אויף זיי). ובמילא — טענה'ן זיי — דאַרף דער איד. זיי ניט מקיים זיין — „להפטר";

דאַקעגן די מצוה פון פרה אדומה, וואָס איז לגמרי ניט מוגדר בשכל, קען זי דורכן יצה"ר און או"ה ניט אָפּגעפרעגט ווערן, כנ"ל. די זאַך וואָס זיי קענען יאָ דאָ טאָן איז „מונין את ישראל" — זיי רייצן זיך, דערצאָרענען די אידןלא, טענה'נדיק צו זיי; „מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה" — איר מוזט טאַקע מקיים זיין די מצוה ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט; איר טוט אָבער דערביי אַן ענין וואָס האָט קיין אינהאַלט (וואָס האָט עפּעס אַ שייכות צו אַ מענשן) און קיין „טעם" ניט.

און דערמיט ווערט אויך רעכט וואָס רש"י זאָגט דעם לשון „שטן" (און ניט יצה"רלב) ווייל אָט דער אויסדרוק איז127בהתאם מיטן ענין פון „מונין כו'"; דער באַדייט פון „שטן" איז — שטערן און ענג מאַכן ביים טאָן אַ געוויסע זאַך, אָבער ניט פולקאָם מבטל זיין די זאַך (ווי מיר געפינען אין פּסוקלג „ויתיצב מלאך ה' בדרך לשטן לו", וואָס דאָרט איז דאָך דער פּשט, אַז דער מלאך האָט בלויז ענג געמאַכט בלעם'ן און געמאַכט שווער זיין וועג; אָבער ניט אָפּגעהאַלטן אים אינגאַנצן פון צו גיין ווייטער אין זיין וועגלד).

און דערפאַר איז רש"י אויך משנה בסיומו (ניט „להפטר ממנה", נאָר); „אין לך רשות להרהר אחרי'", ווייל בנידון דידן איז גאָר מלכתחילה קיין קס"ד ניטאָ אויף „ליפטר ממנה"; ס'איז ניט מער וואָס היות „השטן ואו"ה מונין את ישראל" און טענה'ן אַז די מצוה האָט ניט אין זיך קיין אינהאַלט און קיין טעם — קען דאָך געמאָלט זיין אַז דו זאָלסט מחמת דעם נעמען „איבערטראַכטן" וועגן דער מצוה — דערפאַר זאָגט מען אָן „אין לך רשות להרהר אחרי'", דו טאָרסט אין דעם ניט מהרהר זיין; נאָר דו דאַרפסט אָט די חקה מקיים זיין מיט חיות און בשמחה, פּונקט אַזוי ווי די מצוות וועלכע דו באַגרייפסט מיט דיין שכל.

און דער טעם הדבר איז — „גזירה היא מלפני"; וויבאַלד אַז דער אויבערשטער אַליין זאָגט ביי דער מצוה אַז זי איז אַ חקה (גזירה), דאַרף דאָך דיר לחלוטין ניט ענג מאַכן די טענה „מה המצוה ומה טעם", ווייל אדרבה; ביים קיום פון דער מצוה, איז דער תכלית השלימותלה ווייל מען טוט זי נאָר מצד דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אַזוי גוזר געווען.

ע"פּ הנ"ל ווערט אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י איז מעתיק די ווערטער „זאת (חקת) התורה" (הגם ער איז מפרש בלויז דעם וואָרט „חקת"), ווייל די ווערטער „זאת . . התורה" וואָס פון זיי איז מוכח אַז די חקה איז אַנדערש פון אַלע אַנדערע חוקים (כנ"ל ס"ב) — זיי זיינען מכריח צו לערנען דאָ „לפי שהשטן . . מונין . . אין לך רשות להרהר אחרי'".

ד. פון די ענינים ד"יינה של תורה" אין פּרש"י שלפנינו;

עס רעדט זיך אין חסידותלו אַז חוקים איז פון לשון חקיקה. אויך ווערט מבואר אין חסידותלז, אַז עס זיינען פאַראַן צוויי אופנים אין חקיקה; א) איינגעקריצטע אותיות בכלל, ווי אין אַן אבן טוב למשל, וואָס (הגם די אותיות זיינען מיני' ובי', און ניט ווי אין אותיות הכתיבה וועלכע זיינען אַ צוגעגעבענע מציאות צום פּאַרמעט אויף וועלכן מען שרייבט, און די אותיות פאַרדעקן לגמרי דעם פּאַרמעט וואָס געפינט זיך אונטער זיי, אעפ"כ איז) וויבאַלד אַז אָט די איינגעקריצטע אותיות האָבן אינעם אבן אַ „מקום אחיזה", האָבן זיי אַ שייכות צו אותיות128הכתיבהלח, ווייל אויך זיי זיינען אַביסל מעלים, זיי פאַרטונקלען די לויטערקייט פונעם אבן טובלט. ב) אותיות החקוקות מעבר לעבר (אַזוי ווי די אותיות שבלוחותמ), וואָס זיי האָבן אינגאַנצן ניט קיין מקום אחיזה און זיינען לגמרי אָפּגעטיילט (און העכער) פון אותיות הכתיבה.

אין תורה זיינען דאָך אַלע ענינים בתכלית הדיוק. איז וויבאַלד דער וואָרט חוקה האָט אין זיך אויך דעם באַדייט פון חקיקה, מוז מען דאָך זאָגן, אַז אויך אין חוקים זיינען פאַראַן די צוויי אופנים הנ"ל וואָס אין חקיקה. שטעלט זיך די שאלה; וואו געפינט מען אין חוקים אָט די צוויי אופנים? אָבער לויט פּרש"י הנ"ל איז עס פאַרשטאַנדיק; דער סוג חוקים וואָס אויך אין שכל האָט עס עפּעס אַן אָרט, איז בדוגמת אותיות החקוקות באבן טוב (וואָס אויך זיי שאַפן אַ נתינת מקום פאַר אַ צוגאָב מציאות) ; און „זאת חקת התורה" וואָס איז ניט בגדר השכל כלל, איז בדוגמת אותיות החקוקות מעבר לעבר (וואָס אויך זיי זיינען לגמרי מופשט פון יעדער נתינת מקום אויף מציאות).

ה. קלערער וועט עס ווערן פאַרשטאַנדיק דורך מבאר זיין די שייכות פון חוקים (כפּשוטם) צו חקיקהמא;

אַ איד, בטבעו, וויל מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצוןמב, און אָט די טבע נעמט זיך פון זיין עצם הנשמה שלמעלה מהשכל. און זי קומט בגלוי בעיקר ביים קיום פון חוקים. ביים מקיים זיין די מצות פון עדות און משפטים, האָבנדיק דערביי אַ טעם שכלי, זאָגט זיך ניט אַרויס די פולע „ריינקייט" פון זיין רצון שמצד עצם הנשמה — ווייל דער שכל וואָס ווערט דאָ צוגעגעבן — ובפרט אַז שכל איז דאָך אַ כח פּנימי און פאַראיינציגט זיך מיט'ן נפש המשכלת — איז מעלים (עכ"פּ במקצת) אויף זיין רצון עצמי; משא"כ ביים קיום פון חוקים, וואו ס'איז ניטאָ די הרכבה פון שכל וטעם — ווערט נתגלה די עצם הנשמה.

און דאָס איז די שייכות פון חוקים צו חקיקה, ווייל די מעלה פון חוקים אויף עדות ומשפטים איז בדוגמת יתרון החקיקה על הכתיבה; אותיות הכתיבה, זייענדיק אַ צוגעגעבענע זאַך צום קלף, דעריבער פאַרדעקן זיי מיט זיך דעם אָנגעשריבענעם פּאַרמעט; משא"כ אותיות החקיקה, זיי זיינען ניט קיין דבר נוסף אויפן אבן טוב, ובמילא — זיינען זיי אויף אים ניט מעלים.

ועפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק, ווי די צוויי סוגים הנ"ל אין חוקים זיינען בדומה צו די צוויי אופנים הנ"ל אין חקיקה:

וויבאַלד אַז שכל איז מעלים אויף עצם הנשמה, איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז ביים קיום פון די חוקים וועלכע האָבן (בכללות) אַן אחיזה אין הבנה שכלית, איז אָט־דער שכל עכ"פּ עטוואָס מעלים אויפן רצון עצמי, און עס ווערט דאָ ניט נתגלה אויף אַזוי פיל די עצם הנשמה — בדוגמת אותיות החקוקות באבן טוב, וואָס זיי פאַרטונקלען אַביסל די לויטערקייט פונעם אב"ט — אין דעם אָרט פון דער129חקיקה לייכט ניט דער אבן טוב אויף אַזוי פיל; אָבער „זאת חקת התורה", וואָס איז לגמרי העכער פון שכל, איז עס ווי אותיות החקוקות מעבר לעבר, וואָס ניט האָבנדיק קיין מקום אחיזה — זיינען זיי ניט מעלים כלל.

ו. דער יתרון פון חקיקה מעבר לעבר אויף חקיקה סתם, איז ניט נאָר בנוגע די אויסגעקריצטע אותיות פאַר זיך (אַז ביי דער חקיקה מעבר לעבר האָבן זיי ניט קיין מקום אחיזה כנ"ל), נאָר אויך בשייכות צום דבר הנחקק; ביי חקיקה סתם, ווי ביי אותיות החקוקות באב"ט למשל, ווערט דורכגעקריצט מיט די אותיות בלויז דער דרויסנדיקער חלק, דער אויבערפלאַך פונעם אבן; משא"כ ביי חקיקה מעבר לעבר, ווערט דער גאַנצער דבר הנחקק דורכגעדרונגען, דורך און דורך, פון דעם וואָס מ'איז אין אים חוקק.

און וויבאַלד אַז אין תורה איז אַלץ בתכלית הדיוק, דאַרף מען זאָגן, אַז די שייכות פון „זאת חקת התורה" צו חקיקה מעבר לעבר איז ניט בלויז מצד דעם ענין הקב"ע גופא וואָס אין קיום החוקה פון פרה אדומה — ניט האָבנדיק קיין אָרט אין שכל (כנ"ל ס"ה), נאָר אויך מצד דעם אידן אין וועמען דער קב"ע איז חקוק, אַז די חקיקה פון „זאת חקת התורה" דערנעמט אים אין זיין גאַנצע מציאות דורך און דורך.

ז. דער ביאור אין דעם בדרך אפשר; דער אַלטער רבי זאָגט אין לקו"תמג אויפן פּסוק זאת חקת התורה, אַז מצות פרה אדומה איז כללות התורה; און איז דאָרט מבאר, אַז דער חיבור פון „רצוא" און „שוב" — וואָס דאָס איז אַן ענין עיקרי בכל המצות — דריקט זיך אויס ביי דער מצוה פון פרה אדומה אין אַן אופן גלוי.

ולכאורה; לויט פּרש"י אַז מיטן לשון „זאת חקת התורה" מיינט דער פּסוק צו מדגיש זיין אַז פרה אדומה איז די איינציקע חקה פון גאַנץ תורה — ובמילא, אויך אויסגעטיילט פון אַלע מצות התורה (אפי' פון חוקים) — היינט ווי איז עס מתאים מיטן פּי' אַז „זאת חקת התורה" ווייזט גאָר אויף דער שייכות אירער (און) צו אַלע מצות?

און הגם אַז „שבעים פנים לתורה"מד און „אלו ואלו דברי אלקים חיים"מה — איז דאָך אָבער ידוע דער וואָרט פון אַלטן רבי'ן גופאמו, אַז „פּרש"י אויף חומש איז יינה של תורה" (ומובן, אַז דער „יינה ש"ת" זאָגט זיך אויס אין די פּשטות פון פּרש"י). דעריבער איז מסתבר צו זאָגן, אַז ניט בלויז זיינען די צוויי פּירושים הנ"ל ניט סותר איינער צום צווייטן, אדרבה, זיי ווערן מבואר ומושלם איינער דורכן צווייטן; אָט־דער ענין מיט וועלכן פרה אדומה טיילט זיך אויס פון אַלע אַנדערע מצות — לויטן פּירוש פון „זאת חקת התורה" לפי פשוטו של מקרא — איז זי דערמיט גופא דער כלל פון אַלע מצות שבתורה, אַזוי ווי דער פּי' לויט פּנימיות התורה, כדלהלן סעיף ח'.

ח. אין דעם מאמר וואָס דער רבי בעל השמחה והגאולה האָט געזאָגט130אין טאָג פון יב תמוז דשנת הגאולהמז, איז מבואר דער ענין פון „עדות", „משפטים" און „חוקים".

בעת ער איז מבאר אַז חוקים זיינען ניט ע"פּ טעם, נאָר גזה"כ — ברענגט ער דערויף אַ ראי'; „וכדאיתא ברש"י (ע"פ זאת חקת התורה) לפי שהשטן ואו"ה מונין את ישראל . . גזירה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחרי'" און גלייך נאָכדעם איז ער ממשיך, אַז אויך דער קיום פון מצות שכליות דאַרפן זיין בקב"ע דוקא אַזוי ווי חוקים.

ולכאורה; אויך פריער פאַר פ' חקת זאָגט רש"י וכמה פּעמים אַז חוקים זיינען אַ גזירת הכתוב — פאַרוואָס ברענגט ער דוקא דעם פּרש"י פון פ' חקת (און איז נאָך דערביי מציין אַז דער פּרש"י איז „ע"פּ זאת חקת התורה") ? וואָס איז דער טעם הפּנימי פון דעם

— נוסף אַף דעם שי"ל אַז ער וויל ברענגען פון פּרשת השבוע הסמוך לענין הגאולה. און בריינגט במפורש די ווערטער „זאת חוקת התורה" וואָס „מתרגמי' דא גזירת אורייתא" וואָס איז מרמז אויף גזירה אויף תורה כמובא בספרים *מז.

דער ביאור אין דעם; דורך אַראָפּברענגען דעם פּירוש רש"י, איז דער רבי אויסן צו ברענגען אַ ראי' (ניט בלויז צום ענין וואָס איז דאָרט מבואר פריער אַז חוקים זיינען אַ גזה"כ, נאָר) אויך צו דעם וואָס ער זאָגט ווייטער, אַז אויך די מצות שכליות דאַרף מען מקיים זיין בקב"ע אַזוי ווי חוקים:

וויבאַלד אַז די ווערטער „זאת חקת התורה" האָבן אין זיך אויך דעם פּי' אַז מצות פרה אדומה איז „כללות התורה", איז דערפון מוכח, אַז אַלע מצות, ד. ה. די פּרטים, דאַרף מען מקיים זיין מיט קב"ע (וואָס איז העכער פון שכל לגמרי) פּונקט ווי מ'איז מקיים דעם כלל — די חוקה פון פרה אדומה, ווייל פּרטים קומען אַרויס פון (און זיינען בדומה צו) דעם כלל.

ט. לכאורה קען מען פרעגן; די דריי סוגים הנ"ל — עדות, משפטים און חוקים — זיינען דאָך חלוקים ע"פּ תורה, תורה אַליין זאָגט אַז עס זיינען דאָ מצות וועלכע האָבן ניט קיין טעם און תורה רופט זיי אָן „חוקים", און ס'זיינען דאָ מצות וועלכע האָבן יע אַ טעם און ווערן אָנגערופן (אין תורה) „עדות" און „משפטים". הייסט עס דאָך; די תורה וויל אַז די מצות וואָס זיינען „עדות" זאָל מען מקיים זיין אַלס אַזעלכע וואָס זיינען מעיד אויף געוויסע עניניםמח, און די מצות וועלכע זיינען „משפטים" זאָל מען מקיים זיין מצד חיוב השכלמט — איז ווי קען מען זאָגן אַז אַלע מצות דאַרף מען מקיים זיין מצד קב"ע אַזוי ווי חוקים?

131איז דער הסבר אין דעם, אַז אויך דאָס גופא, וואָס די מצות שכליות דאַרפן געטאָן ווערן מצד הטעם, דאַרף זיין בדרך קב"ע, ד. ה. בלויז ווייל דער אויבערשטער האָט גוזר געווען, אַז דער קיום פון די מצות זאָל זיין מצד הטעםנ.

און כשם ווי דאָס איז אינעם אופן הקיום פון די מצות, אַזוי איז עס אויך בנוגע די מצות גופא; אויך דער רצון העליון וואָס אין די מצות פון „עדות" און „משפטים" איז אַ רצון עצמי וואָס איז העכער פון חכמה, נאָר (אויך דאָס איז) „גזירה היא מלפני" אַז דער רצון פון די מצות זאָל זיך אויך אָנטאָן אין טעם ושכל.

און דאָס איז דער טעם פּנימי פון דעם וואָס שטייט „זאת חקת התורה" (הגם אַז פרה אדומה איז דער כללות המצות — רצון העליון, און תורה איז חכמה), בכדי צו מדגיש זיין אַז (ניט נאָר מצד דעם ענין ה"מצוה" וואָס אין עדות ומשפטים זיינען זיי אַ גזירה, נאָר) אויך די תורה וואָס אין זיי, דאָס וואָס זיי זיינען געקומען אין חכמה ושכל (ביז אויך דער שכל גופא), נעמט זיך עס פון „חקת" — „גזירה היא מלפני".

יו"ד. ס'איז אָבער נאָך אַלץ ניט מובן; ווי איז שייך אַז דער שכל זאָל זיין מצד קב"ע — שכל און קב"ע זיינען דאָך צוויי הפכים? אויף דעם קומט דער ענטפער „זאת חקת התורה", אַז דאָס איז אַ „חקיקה מעבר לעבר" וואָס דערנעמט דעם גאַנצן מהות פון אידן דורך און דורך:

ווען אַן ענין איז חקוק אין אַ מענטשן אין דער דוגמא ווי אותיות החקוקות באב"ט, ד. ה. עס איז טאַקע אַ חקיקה אין אים (ניט ווי אותיות הכתיבה וואָס זיינען געשריבן אויף דעם קלף) אָבער עס דערלאַנגט ניט ביז זיין עצם ממש — דאַן, איז כשם ווי דער ענין הנחקק דערנעמט ניט זיין גאָר טיפע פּנימיות, אַזוי ווערט ער אויך ניט איינגעקאַרבט אין זיינע חיצוניות'דיקע כחות.

אָבער קב"ע, וויבאַלד ער איז חקוק ביי אַ אידן מעבר לעבר — ד. ה. אין זיין גאַנצן עצם, דערפאַר קומט ער אויך אין די כחות הכי חיצוניים, ווייל אַלע כחות פון מענטשן זיינען דאָך שייך צו זיין עצםנא. און דאָס מיינט „חקיקה מעבר לעבר": פון זיין טיפסטער פּנימיות ביז צו זיין ווייטסטע חיצוניותנב.

און דעריבער ווירקט דער קב"ע132אויך אויפן כח השכלנג (אַז אין דעם פאַרשטאַנד פון די מצות פון עדות און משפטים זאָל זיך אָנהערן ניט די מציאות השכל פאַר זיך, נאָר ווי דאָס איז מצד „גזירה היא מלפני") — ווייל דער עצם הנפש איז דאָך כולל און ווירקט אין אַלע כחות.

און דאָס איז אויך מתאים דערמיט וואָס די חקה פון פרה אדומה — וואָס איז אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע חוקים — אַנטהאַלט אין זיך די צוויי הפכים פון „חוץ לשלש מחנות" און „נכח פני* אהל מועד" (כנ"ל ס"ב) ; אַ איד מצד זיין עצם (די בחינת החקיקה מעבר לעבר) — אפילו ווען ער געפינט זיך „חוץ לשלש מחנות", איז ער „מתכוון ורואה פתחו של היכל"נד.

יא. וי"ל אַז דאָס איז אויך די שייכות פון פ' חקת צו יב תמוז — חג הגאולה, וואָס דעריבער65) לייענט מען איר (בכו"כ שנים) אין דעם שבת80) וואָס פאַר יב תמוז,

ועכ"פּ בסמיכות צו ג' תמוז וואָס דאַמאָלס איז „חופשה ניתנה לו" עס האָט זיך אָנגעהייבן די גאולה,

ביז אַז אויך אין מאמר וואָס איז געזאָגט געוואָרן דעם ערשטן יב תמוז — ווערט געבראַכט די רש"י ע"פּ זאת חקת התורה;

דער רבי בעל השמחה והגאולה, איז געווען כל ימיו דורכגענומען מיט דער עבודה פון מס"נ בפּועל, און צוזאַמען דערמיט — זיינען אַלע זיינע ענינים געווען בתכלית ההתיישבות ; און אפילו „העבודה הגדולה אשר עבדתי בהרבצת תורה וחיזוק הדת"67), צוליב וועלכער ס'איז געקומען דער מאסר וואָס פאַר יב תמוז — כאָטש די עבודה האָט ניט געהאַט קיין אָרט ע"פּ שכל, אפילו ניט ע"פּ שכל דקדושה, און ס'איז געקומען בגילוי מצד דער עבודה פון מס"נ בפּועל וועלכע איז העכער לגמרי פון מדידת השכל — איז זי אָבער געווען אַן עבודה מסודרת בתכלית (כאָטש בטבע האדם איז, אַז בעת ער שטייט אין אַ תנועה פון מס"נ — איז ביי אים ניטאָ דאַן קיין אָרט פאַר „חשבונות" וכיו"ב), און אַזוי אויסגערעכנט און אויסגעשטעלט, אַז די הרבצת התורה וחיזוק הדת זאָל זיין אין אַ וואָס גרעסערן פאַרנעם.

און וויבאַלד, ווי רש"י זאָגט אין היינטיקער סדרה88), „משה הוא ישראל133וישראל הם משה, לומר לךנט שנשיא הדור הוא ככל הדור כי הנשיא הוא הכל" — איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דעם כח גיט דער רבי צו אַלע אידן, ביז אפילו צו אַזאַ וואָס (בלויז) „בשם ישראל יכונה"ס,

און בשעת מען וועט גיין אין דעם וועג וואָס ער האָט אויסגעטראָטן פאַר אונז, האָט מען די הבטחה, אַז „עס וועט מקויים ווערן אַז יהי ה' אלקינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו אל יעזבנו ואל יטשנו ולכל בני ישראל יהי' אור ברוחניות ובגשמיות"סא.

(משיחת ש"פ חקת תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-t55ezfvh

Copies

Recent activity

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · approved
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · closed

Sources