עברית
Library

יום ב' דחה"ש תש"ט, בסעודה

330

דעם מקבל וועט עס וויי טאָן, אָבער מען דאַרף דאָך זאָגען.

אהבת ישראל, דערהערען אַ צווייטען אידען, דאַרף מען דאָס פיהלען בתוך ופנימיות, — אין פנימיות פון תוך.

יג. עס איז אַ חילוק פון דעם חסיד'ישען חינוך ביז דעם סתם חינוך. מ'מיינט ניט דעם פרייען חינוך, פון דעם רעדט מען ניט, נאָר אפילו פון דעם פרומען חינוך.

ווען איך בין געווען גאָר אַ קליין קינד, גלייך ווי איך האָב אָנגעפאַנגען צו ריידען, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיר געזאָגט: אַלץ וואָס דו וועסט וועלען פרעגען, זאָלסטו פרעגען ביי מיר.

הגם איך האָב געהאַט אַ בעזונדער מענטש וואָס האָט אַכטונג געגעבען אויף מיר אין אַלע ענינים, פונדעסטוועגען האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: אַלע ענינים וואָס דו וועסט האָבען צו פרעגען — זאָלסטו פרעגען ביי מיר.

ווען מען האָט מיר מחנך געווען זאָגען מודה אנייא, האָט מען מיר געהיי­סען צולייגען איין האַנד צו די צווייטע, און איינבויגען די קאָפּ און אַזוי זאָגען מודה אני.

ווען איך בין געוואָרען אַ ביסעל עלטער, אָבער אַלץ נאָך אין די קינדער­יאָהרען, האָב איך געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: פאַרוואָס ווען מען זאָגט מודה אני, דאַרף מען צולייגען איין האַנד צו די אַנדערע, און מרכין זיין את הראש. האָט ער מיר געענטפערט: באמת דאַרף מען טאָן ניט פרעגענדיק פאַרוואָס, נאָר איך האָב דיר דאָך געזאָגט דו זאָלסט אַלץ פרעגען ביי מיר.

האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינ­גערופען ר' יוסף מרדכי דעם משרתיב, אַ איד אַ בן שמונים און האָט אים גע­פרעגט: ווי אַזוי זאָגסטו אין דער פרי מודה אני. ענטפערט רי"מ: איך לייג צו איין האַנד צו די אַנדערע און בויג איין דעם קאָפּ. פרעגט אים ווייטער הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: פאַרוואָס טוסטו אַזוי. ענטפערט רי"מ: איך ווייס ניט. ווען איך בין געווען אַ קליין קינד האָט מען מיך געלערענט אַזוי.

זעהסט. — זאָגט צו מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — ער טוט ווייל זיין טאַטע האָט אים אַזוי געלערענט. און אַזוי פריער ביז משה רבינו און אברהם אבינו, וואָס אאע"ה איז געווען דער ערשטער איד. מען דאַרף טאָן ניט פרעגענדיק פאַרוואָס.

האָב איך אַזאָג­געטאָן: איך בין דאָך נאָך אַ קליינינקער. ענטפערט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק:

אַלע אידען זיינען קליין, און אַז מען ווערט עלטער זעהט מען ערשט אַז מען איז קליין.

אָט דאָס הייסט חינוך אמיתי.

יד. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זיין זמנים וואָס מצד זיין שוואַכען געזונד פלעגט מען צו פאַר­בריינגען אַריינלאָזען נאָר יחידי סגולה. איך בין דאָך געווען דער מנהל פועליג — פון ישיבת תומכי-תמימים — פלעג איך מצדד זיין, אַז ווען איך בין אַריינגע­גאַנגען זאָל די טיהר בלייבען ניט פאַר­שלאָסען, אָדער מ'זאָל קענען פון דער צווייטער זייט עפענען.

כבוד אמי הרבניתיד האָט געפרעגט ביי

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ytfh1p67

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources