עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

192. . . ובמענה לשאלותיו . . בהנאמר דנתמלא הבית כולה אורה — ממכ"ע, והרי בית הוא מקיף — אבל אור הממלא הבית — הוא ממלא.

(כתב כ"ס אד"ש תשכ"ב)

כ"ד טבת

. . . אקוה אשר למותר לעוררו, שביום א' כ"ד טבת הבע"ל הוא יום ההילולא של כ"ק אדמו"ר הזקן, בעל התניא והשולחן ערוך — אשר במילא זהו יום זכאי להצלחה הן בענינים הנמצאים בתורת החסידות והן בענינים הנמצאים בתורת הנגלה. ומגלגלין זכות ליום זכאי לעשות התועדות, אַ וואַרימען פאַרבריינגען, ולהתחזק בהחלטות טובות באהבת ישראל אהבת התורה ואהבת השם. וזכות ביחוד בזה לכהנים, שלהם נמסרה מצות ברכת ישראל, וברכה מתוך אהבת ישראל, וכנוסח הברכה לברך את עמו ישראל באהבה (שו"ע בעל ההילולא סקכ"ח סי"ט) ולהמשיך בהמתברכים אהבת ישראל (זכרונות ע' שמג) . . .

(ממכתב כא שבת, תשי"נ)

. . . ומענינא דיומא — להעיר אשר הקביעות דשנה זו היא כמו בשנת ההסתלקות דאדמו"ר הזקן, עיין „הקדמת הרבנים בני הגאון המחבר ז"ל" — להשו"ע.

ובלשון אדמו"ר הצ"צ (הועתק במענה לשון — שנדפס בעתו ע"י כ"ק מו"ח אדמו"ר); במוש"ק דשמות כ"ג אור לכ"ד טבת.

ויהי רצון אשר בעגלא דידן יקוים חותם וסיום דברי הצ"צ שם:

ה' יחיש ביאת גואלנו והקיצו ורננו שוכני עפר והוא בתוכם ישמיענו193נפלאות מתורת ה' תמימה משיבת נפש בנוף כי טל תורה מחי' אכי"ר בעגלא ובזמן קריב.

(כ' מוש"ץ כ"נ אור לכ"ד סבת תשכ"ב)194אין דעם לימוד התורה. — אייגענטלעך זיינען ביידע זאַכען איינגעשלאָסען אין דעם נאָמען פון דער ליובאַוויטשער ישיבה — תומכי־תמימים, וואָס אין דעם איז פאַראַן די תלמידים תמימים לומדי־תורה און די תומכי־תמימים, די וועלכע האַלטען אויף די ישיבה בגופם ובממונם. —

איז בשעת דער אויבערשטער גיט אַ אידען גשמיות (פרנסה) און ער ניצט עס אויס אויף עניני מצוות בכלל און לימוד התורה בפרט, וואָס תלמודתורה איז שקול כנגד כולם, ער באַשטייערט זיך, גיט צדקה, צו מוסדות התורה, וואָס צדקה איז אויך שקול כנגד כל המצוות, מאַכט ער פון גשמיות — רוחניות.

און וויבאַלד אַז אַלע ענינים פון קדושה דאַרפען גיין מחיל אל חיל ומעלין בקדש, דאַרף מען מאַכען וואָס מער רוחניות פון די גשמיות במילא ווערט מקויים די ברכה עשר בשביל שתתעשר, אַלץ מער גשמיות גיט דער אויבערשטער, און דאַן קען מען מאַכען נאָך מער רוחניות, און אַזוי גייט מען כסדר מחיל אל חיל. ניט נאָר אין כמות נאָר אויך אין איכות. דורכדעם גיט מען אויך דער ישיבה די מעגליכקייט גיין שנעלער מחיל אל חיל, אַריינצונעמען נאָך און נאָך תלמידים און כסדר פאַרבעסערן דעם מצב הגשמי והרוחני אין אַלע פרטים.

איך האָף, אַז אַלע פריינט פון דער ישיבה תומכי־תמימים ליובאַוויטש וועלען באַווירקט ווערען אין דעם אויבנדערמאנטען זין, די וועלכע האָבען זיך שוין בייגעשטייערט וועלען מוסיף זיין, און די וועלכע וועלען זיך ביישטייערען אונטערן איינדרוק פון דער חגיגה וועלען עס טאָן אין דער גרעסטער מאָס, און אַזוי אַרום ממשיך זיין אויף זיך און זייערע בני־בית שיחיו ברכות השם יתברך אויך אין אַן אופן פון מוסיף והולך מחיל אל חיל אין גשמיות און אין רוחניות.

ב"ה. יום ד' פ' ומשה הי' רועה ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

צו אַלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פון מרכז הישיבות „תומכי תמימים" ליובאַוויטש

ה' עליהם יחיו שלום וברכה!

די יערלעכע אונטערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי־תמימים ליובאַ־195וויטש קומט הי־יאָר פאַר אין דעם סגולה טאָג פון כ"ד טבת, דער יארצייטהילולא פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, דער גרינדער פון דער חב"ד־ליובאַוויטשער באַוועגונג, שיטה און לעבנס־וועג.

פון ספּעציעלער באַדייטונג איז אויך דאָס וואָס אין דעם טאָג ווערט 150 יאָהר פון זיין הסתלקות, און דאָס וואָס די קביעות (די צייט־איינשטעלונג), סיי בנוגע דעם טאָג פון דער וואָך, סיי בנוגע דער סדרה פון דער וואָך, איז גענוי די זעלבע ווי אין דעם טאָג פון דער הסתלקות.

עס איז דעריבער זיכער צו האָפן, אַז אַלע אנטיילנעמער אין דעם צוזאַמענקונפט וועלן זיך פאַראייניגען מיט דעם גייסט פון דעם בעל־ההילולא. און דאָס וועט זיך אויסדריקן אויך אין דעם געהעריגן אָפּרוף — פון יעדערן פון זיי — אויף דעם רוף פון דער ישיבה, און דורכדעם דערגרייכען דעם מאַקסימאַלסטען דערפאָלג פון דער אונטערנעמונג, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות (פינאַנציעל).

איינע פון די לעצטע שריפטן וואָס דער אַלטער רבי האָט געשריבן קורץ פאַר זיין הסתלקות, און מעגליך גאָר די לעצטע (באַוואוסט מיטן נאָמען — לויט איר אָנפאַנג — נפש השפלה) — איז איר אינהאַלט וועגן דער אויפגאַבע און עיקר עבודה פון אַ אידן אין די איצטיקע דורות, צו לערנען און פאַרשפּרייטן תורה און צו טאָן אין גמילות־חסדים און צדקה מיט קירוב הדעת (צווישנזייטיגע דערנענטערונג פון אידן), אויפנעמען אַלץ באהבה ולשוב עד ה' (קערן און אומקערן זיך צום אויבערשטן).

אָט די דריי זאַכן; לערנען און פאַרשפּרייטן תורה, גמילות חסדים ולשוב עד ה', דאַרפן דאָך זיין באַגרינדעט און אויך שפּיגלען זיי אָפּ די דריי אהבות: אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל, וואָס דאָס זיינען די יסודות פון דעם חינוך אין די ליובאַוויטשער ישיבות:

לערנען תורה צוזאַמען מיט הפצת התורה; ללמוד וללמד . . באהבה — אַליין לערנען און לערנען אויך מיט אַנדערע און ביידעס באהבה.

גמילות־חסדים (צדקה) פון די תלמידים און מחונכים פון די ליובאוויטשער ישיבות וועלכע דריקן זיך אויס ספּעציעל אין זייער גרייטקייט און

196הוספות כ"ר טבת

מסירות־נפש צו פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן אידישקייט ביז אין די פאַרוואָרפנסטע ווינקעלעך פון דער וועלט.

ולשוב עד ה' — עבודת התפלה, ווייזן ווי צו דאַוונען און „לערנען" דאַוונען, אַנטפּלעקן און פאַרשטאַרקן דעם פאַרבונד פון אַ אידעשער האַרץ מיט'ן אויבערשטען.

די עסקנים, פריינט און שטיצער פון די תומכי תמימים ישיבות — אין צוגאָב צו זייערע פּערזענלעכע פליכטן אין די אַלע דריי געביטן — האָבן דעם גרויסן זכות, וואָס זיי קויפן זיך איין אַ חלק אין די אויפטואונגען פון די ישיבות אין דעם, דורך זייער טאָן פאַר דער פאַרשטאַרקונג און פאַרברייטערונג פון די ישיבות — מיט זייער געלט, צייט און מי אויף צוציען אויך זייערע פריינט און בעקאַנטע צו דעם אַלעם.

דער אַלטער רבי, דער בעל־ההילולא, האָט געזאָגט: „דער אויבערשטער גיט אונז גשמיות, מיר זאָלן דערפון מאַכן רוחניות".

יהי רצון אַז דער אויבערשטער זאָל מיט זיין ברייטער האַנד געבן יעדן איינעם, בתוך כלל ישראל, אַלעס אין וואָס ער נויטיגט זיך, און יעדער איינער זאָל מאַכן פון זיינע גשמיות — רוחניות, דורך אמת'ע אידישקייט, תורה ומצות בכלל, דורך טאָן אין כשר'ן חינוך בפרט — אין דעם, ווי אויבן געשריבן, העלפן די ליובאַוויטשער ישיבות באַפרייען זיך פון דעם לאַסט פון די חובות, און פאַרברייטערן זייער אַרבעט לויט דער אַלץ וואַקסענדער נויטיקייט און פאָדערונג פאַר דעם.

בכבוד ובברכת הצלחה בכל האמור197איז די הדגשה וואָס ווערט געלעגט אויף חינוך, וואָס דריקט זיך אויס אין אַ ברייט־פאַרצווייגטער, מסירת־נפש'דיגער טעטיקייט אויף דעם געביט. דאָס איז אַ טראַדיציע וועלכע שטאַמט נאָך פון דעם בעל־שם־טוב, דער גרינדער פון חסידות, וועלכער האָט אָנגעהויבן זיין חינוך־טעטיקייט נאָך איידער ער איז נתגלה געוואָרן, דערמיט וואָס ער איז געוואָרן אַ מלמד פון קליינע קינדער. זיין איבערגעבנקייט און ליבשאַפט צו די קליינע קינדערלעך האָט קיין ברעג ניט געהאַט. זיין נאָכפאָלגער, דער באַרימטער מעזריטשער מגיד, האָט זיך געוואונטשן צו פילן אַזאַ ליבשאַפט ביים קושן אַ ספר־תורה ווי דער בעל־שםטוב האָט געפילט בשעת ער האָט געקושט אַ קליין קינד!

די דאָזיגע טראַדיציע איז פאָרגעזעצט געוואָרן פון דעם מעזריטשער מגיד'ס תלמיד און נאָכפאָלגער, דעם אַלטן רבי'ן און אַלע נשיאי חב"ד ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר, נבג"מ זי"ע, וואָס האָט איבערגעפלאַנצט די ליובאַוויטשער ישיבות אויפן אַמעריקאַנער באָדן.

אַזוי ווי הי־יאָר איז דער 00'טער יארצייט־הילולא פון דעם רבי'ן דעם „צמח־צדק", איז כדאי ספּעציעל צו דערמאנען זיין צוגאַנג צו חינוך, ווי עס ווערט אילוסטרירט אינם פאָלגנדן סיפור;

דער רבי דער „צמחצדק" איז, ווי באַוואוסט, געווען אַ ריז צווישן די תור־ריזן פון זיין צייט, אַ וועלטבאַרימטער אויטאָריטעט אין הלכה, אַ גאון אין חסידות און קבלה, ווי זיינע ריזיגע און פיל־צאָליגע ספרים זאָגן עדות. דערצו איז ער געווען דער מנהיג הדור, וועלכער איז מערערע מאָל איינגעלאַדן געוואָרן פון דער רעגירונג אין פּעטערבורג אויף באַראַטונגען וועגן דער אידישער לאַגע אין יענער קריטישער צייט. פונדעסטוועגן פלעגט ער זיך אָפּרייסן פון זיינע אייגענע לימודים און חיבורים און פון אַלע זיינע פליכטן — כדי פּערזענלעך צו פאַרהערן זיינע יונגע אייניקלעך איינמאָל אַ חודש, ווען ער פלעגט זיי אויך געבן געלט־מתנות אַלס אויסצייכענונ

די דערמאָנטע סיפורים — וואָס זייער איבערדערציילונג צו אונז איז אַ סימן, אַז זיי האָבן אַ שייכות צו יעדן איינעם פון אונז — לערנען אונז ווי ווייט עס דאַרף דערגרייכן מסירת־נפש פאַר חינוך על טהרת הקדש; ניט נאָר אין די לייכטערע פאָרמען פון מסירת־נפש, ווי אין ביישטייערונגען פון געלט און פּערזענלעכע טרחה, נאָר אַפילו אין דער שווערערער פאָרם פון מסירת־נפש, ווען איינער דאַרף זיך אָפּרייסן פון אייגענעם לערנען תורה און אַנדערע כללענינים, וואָס ווי וויכטיק זיי זאָלן ניט זיין, איז דאָך דער ענין פון חינוך על טהרת הקדש נאָך וויכטיקער.

דעריבער איז צו האָפן, אַז אַלע פריינט פון די ליובאַוויטשער ישיבות און חובבי תורה ומצוה בכלל וועלן מאַכן ספּעציעלע אָנשטרענגונגען צו פאַרזיכערן דעם דערפאָלג פון דער יערלעכער צנטערנעמונג אין אַלע הינזיכטן.198דערפאַר וועט אויך דער אויבערשטער יעדן איינעם און איינער באַגליקן אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות

ויהא כהנ"ל* בהצלחה רבה ומגלגלין זכות (טהרה ודכויי — ולא רק בנוגע לעצמו — (תחטאיני) — כ"א גם וחיטא את הבית — חולין כ"ז רע"א) ליום זכאי (ולהעיר ממש"כ בכו"פ סו"ס י"א שבזמנינו אין לחוש אפילו לשחוט אווז בטבת) — הילולא דאדמוה"ז שהוראתו היינו נתינת כח — ששו"ב ה"ה יר"ש ביותר וחרד על דבר ה' שלם בדעתו וכו' (הל' שחיטה ס"א סק"ב, ושקו"ט בשו"ת צ"צ יו"ד סי"ב).

(ממכתב כ"ד טבת, תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ys3p650k

Copies

Recent activity

#186 Likkutei Sichos vol 11: machine reading · approved
#127 Likkutei Sichos vol 11: machine reading · closed

Sources