Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
8ר
במר בר ב
א.אין סיום הסדרה איז רש"י מעתיק פון פּסוק: „ולא יבואו לראות כבלע את הקדש" און איז מפרשא; „לתוך נרתק שלו", אָדער (לויט אַ צווייטער נוסחאב) „כשמכניסין את הכלי לתוך נרתקו". דערנאָך ברענגט ער ראיות אויף דעם, אַז די כלי הקדש האָט מען אַריינגעגעבן אין אַ נרתק (כדלקמן סעיף ב'), און איז מסיים ; „ובלוע שלו זהו כסויו".
איז אין דעם ניט מובן;
א) רש"י איז דאָ לכאורה מפרש בלויז די ווערטער „כבלע את הקדש" — פאַרוואָס איז ער מעתיק אויך די ווערטער „ולא יבואו לראות"? ובפרט אַז דאָס איז אַן ענין בפני עצמו; דאָס רעדט זיך וועגן די לויים; „כבלע את הקדש" — וועגן די כלים.
ב) דער טעם, פאַרוואָס די הכנסת כלי המקדש אין זייער נרתק ווערט אָנגערופן „כבלע את הקדש", איז דאָך פּשוט דערפאַר וואָס דורך דעם ווערן די כלי הקדש איינגעשלונגען ומכוסה, צוגעדעקט, און ווי רש"י אַליין פירט אויס „ובלוע שלו זהו כסויו". איז ניט פאַרשטאַנדיק ; צוליב וואָס דאַרף רש"י פריער זאָגן „לתוך נרתק שלו" און דערנאָך אויסטייטשן „ובלוע שלו כו'" — עס וואָלט לכאורה געווען גענוג ווען ער שרייבט בקיצור: „כבלע את הקדש — כשמכסין אותו"ג?
ב. נאָך דעם ווי רש"י איז מפרש „לתוך נרתק שלו" (איידער ער איז מסיים דעם פּירוש גופא) ברענגט ער הוכחות, אַז מ'האָט די כלי הקדש אַריינגעלייגט אין אַ נרתק, זאָגנדיק; „כמו שפרשתיד למעלה בפ' זו ופרשו עליו בגד פלוני וכסו אותו במכסה פלוני".
„ופרשו בגד" און „וכסו אותו במכסה" זיינען דאָך ווערטער וואָס שטייען בפירוש אין די פריערדיקע פּסוקים — און מיט אַ טיילווייזן שינוי לשון — ביי יעדן איינעם פון די כלי הקדש (ביים ארון, שלחן, מנורה, מזבח הזהב, כלי הקטרת און מזבח הנחשת), היינט ווי אַזוי זאָגט דערויף רש"י „כמו שפרשתי למעלה כו'"ו, ווי איך (רש"י) האָב עס אויבן מפרש געוועןז?
ולאידך גיסא ; אויב רש"י זאָגט שוין יע „כמו שפרשתי למעלה בפ' זו" — וואָס איז דאַן דער טעם וואָס ער9ברענגט אַראָפּ אויך די לשונות הכתובים; „ופרשו עליו בגד פלוני וכסו אותו במכסה פלוני"?
ג. פון דעם וואָס רש"י ברענגט דאָ (אויסער „וכסו אותו במכסה כו'") אויך „ופרשו עליו בגד פלוני" — הגם אַז „ובלוע שלו זהו כסויו", איז מוכח אַז מיט „כבלע את הקדש" ווערט געמיינט ניט בלויז דער ענין פון „וכסו אותו במכסה" נאָר אויך דער ענין פון „ופרשו עליו בגד"ח — ווייל אויך די בגדים וואָס מ'האָט פאַרשפּרייט האָבן פאַרדעקט די כלי הקדשט.
ווען „ופרשו עליו", אַז מען שפּרייט אויס אַ בגד אויף אַ כלי, ווערט דורך דעם די כלי, אין געוויינליכע פאַלן, ניט אַרומגעדעקט פון אַלע זייטן. דעריבער וואָלט געווען אַ נתינת מקום צו לערנען, אַז מיט „ולא יבואו לראות כבלע את הקדש" ווערט געמיינט בלויז דער פאַל פון „וכסו אותו במכסה" (ווייל נאָר דער „מכסה" וואָס האָט אַרומגעדעקט די כלי הקדש פון אַלע זייטןי, איז בהתאם מיטן באַדייט פון „כבלע" — איינגעשלונגען ד. ה. פאַרדעקט פון אַלע זייטן), אָבער ניט דער פאַל פון „ופרשו עליו בגד"; דעריבער (בכדי צו שולל זיין אָט־דעם טעות) זאָגט רש"י „לתוך נרתק שלו כמו שפרשתי למעלה"; היות אַז אויך די בגדים זיינען געווען אינעם ציור פון אַ נרתק — ווי רש"י טייטשט דאָס אויס פריעריא („פרשתי למעלה" *יא) „יכניסו כל כלי וכלי לנרתקויב כו'" (און10אַ נרתק פאַרדעקט דאָך אויף דער זאַך, וואָס געפינט זיך אין אים, פון אַלע זייטן) — קומט במילא אויס, אַז דער מובן פון „כבלע את הקדש" איז כולל אויך דעם אופן פון „ופרשו עליו בגד פלוני".
עס בלייבט נאָך אָבער אַלץ ניט מובן:
א) וואָס וואָלט געווען שווער אינעם פּשט פון „ולא יבואו לראות כבלע את הקדש" ווען מ'זאָל לערנען אַז „כבלע" מיינט בלויז דעם „וכסו אותו במכסה" (וואָס בכדי צו אויסמיידן אָט די שוועריקייט דאַרף רש"י זאָגן „לתוך נרתק שלו" און דערמיט מדגיש זיין אַז אויך „ופרשו עליו כו'" ווערט נכלל אין דעם) ?
ב) וויבאַלד אַז דורך „ופרשו עליו בגד" אַליין, וואָס שטייט ביי יעדן פון די כלי הקדש, זיינען זיי שוין געוואָרן מכוסה מכל צדדיהם — דאַרף לכאורה איצט אויסקומען להיפך; אַז „כבלע את הקדש" מיינט (ניט „וכסו אותו כו'", נאָר) בלויז „ופרשו עליו כו'" (אויפטוענדיק דעם פולשטענדיקן כיסוי, ביי רוב כלי הקדשיג, נאָך פאַרן וכסו כו'"). ס'איז דאָך אָבער ווידער פאַראַן דער הכרח הנ"ל; וויבאַלד רש"י ברענגט אויך דעם „וכסו במכסה", הייסט עס דאָך אַז אויך ער איז איינגעשלאָסן אין „כבלע את הקדש". פונוואַנעט נעמט רש"ייד אָט די הוכחהטו ?
ד. נוסף צו די שאלות הנ"ל אין כללות הפּירוש פון רש"י, דאַרף מען אויך פאַרשטיין;
א) ביי רובם ככולם פון די כלי הקדש איז געווען דער סדר, אַז פריער האָט מען אויף זיי אויסגעשפּרייט אַ בגד און דערנאָך האָט מען זיי איבערגעדעקט מיטן כסוי עור תחש. ביים ארון אָבער, דער ערשטער פון די אויסגערעכנטע כלי הקדש אין דער פּרשה, איז געווען אַ היפך'דיקער סדר; צום ערשטן האָט מען אים צוגעדעקט מיטן „כסוי עור תחש"טז און ערשט דערנאָך — „ופרשו בגד כליל תכלת מלמעלה"יז. לפי זה האָט דאָך אויך רש"י געדאַרפט לכאורה אַראָפּברענגען (פריער) „וכסו אותו במכסה פלוני (און דערנאָך) ופרשו עליו בגד פלוני" — בהתאם צום סדר ביים ארון וואָס קומט בתחלת הפּרשה — און ניט אינעם פאַרקערטן סדר ווי זיי קומען בפירושו?
ב) דער לשון אין רש"י איז; „ופרשו11עליו בגד פלוני וכסו אותו במכסה פלוני". ולכאורה, דאָס וואָס ער זאָגט דעם לשון „פלוני" ביי בגד — איז פאַרשטאַנדיק, ווייל די בגדים זיינען באַשטאַנען פון פאַרשידענע שטאָפן; פון תכלת, תולעת שני און ארגמן. ס'איז אָבער ניט מובן וואָס ער זאָגט דעם ל' „במכסה פלוני": דער כיסוי איז דאָך ביי אַלע כלים געווען פון „עור תחש" — אם כן האָט דאָך רש"י, אַנשטאָט „מכסה פלוני", געדאַרפט זאָגן כלשון הכתוב „במכסה עור תחש"?
מ'וואָלט לכאורה געקענט פאַרענטפערן ; היות אַז באַ דעם ארון שטייטיח „והורידו את פרוכת המסך וכסו בה את ארון העדות ונתנו עליו כסוי עור תחש" — אַז אויסער דעם „כסוי עור תחש" האָט מען אים מכסה געווען אויך מיטן „פרוכת המסך" — דערפאַר נוצט רש"י דעם לשון „במכסה פלוני", בכדי אַרייננעמען אין דעם אויך דעם „פרוכת המסך".
ס'איז אָבער שווער אַזוי צו ענטפערן: מיטן פרוכת המסך האָט מען ניט געקענט מכסה זיין דעם ארון מכל צדדיו. וואָרום ס'איז קלאָר, אַז בכדי דער (בגד אָדער) מכסה זאָל צודעקן די כלי מכל צדדיו, אויך דעם חלק וואו ס'זיינען געווען די בדים, האָט עס געקענט דערגרייכט ווערן נאָר אין אַן אופן ווען מ'האָט אינעם בגד און מכסה געמאַכט אַ נקב (אָדער שפּאַלט) און דורך אים אַדורכלאָזן די בדים אין דרויסן. וויבאַלד אַז דער „פרוכת המסך" האָט דאָך גענוצט אַלס פּרוכת צווישן קדש און קדש הקדשים — און בלויז בעת המסעות האָט מען מיט אים צוגעדעקט דעם ארון — איז מובן, אַז אין אים האָט ניט געטאָרט זיין קיין נקביט, ובמילא האָט ער ניט געקענט מכסה זיין אויך דעם חלק ארון וואו ס'זיינען אַריינגעטאָן די בדיםכ.
און וויבאַלד אַזוי, לייגט זיך ניט אויפן שכל, אַז מיטן לשון „מכסה פלוני" — וואָס רש"י נוצט בנוגע צו „כבלע את הקדש" און וואָס ווייזט אויף אַ כיסוי מכל הצדדים (כנ"ל סעיף ג') — זאָל ער מיינען דעם „פרוכת המסך"כא.
ה. איז דער ביאור בכל הנ"ל;
מען געפינט ניט ערג־וואו אין תורה, אַז מיטן אויסדרוק „בלוע" זאָל געמיינט ווערן דער ענין פון כיסוי [און ניט בלויז געפינט מען עס ניט; עס לייגט זיך אויך ניט אויפן שכל, אַז כיסוי פון כלי הקודש זאָל באַצייכנט ווערן מיטן וואָרט „בלוע". ווייל בעת12מ'זאָגט אַז אַ זאַך ווערט נבלע אין אַ צווייטער, באַדייט עס אַז דער איינגעשלונגענער ווערט בטל און פאַרלאָרן אין דעם וואָס האָט אים איינגעשלונגען. ווי רש"י זאָגט אין אַ פריערדיקער סדרהכב „ונשכח כל השבע — הוא פתרון הבליעה". משא"כ בשעת מען פאַרדעקט אַ געוויסע זאַך, הגם אַז דורך דעם זעט זיך די זאַך ניט אָן, בלייבט זי אָבער אין איר גאַנצקייט און תוקף; ואדרבה; דאָ ווערט גאָר דער כיסוי טפל און בטל צו דעם וואָס ער פאַרדעקטכג].
און דערפאַר, אלולי פּרש"י, וואָלט מען געלערנט אַז דער טייטש פון „כבלע את הקדש" איז: ביים „צעשטערן", פאַנאַנדערנעמען דעם „קדש" — ד.ה. בעת „והורידו את פרכת המסך כו'"כד — און דער פּי' וואָלט געווען גלאַטיק און פאַרשטאַנדיק דערמיט וואָס דער לשון „בלוע" אויף פירוק המשכן געפינט זיך אין נאָך פּסוקים, ווי צום ביישפּיל „בלע ה' ולא חמל"253) וואָס שטייט בנוגע צו הירוס המקדש.
דעריבער ברענגט רש"י אויך די ווערטער „ולא יבואו לראות", ווייל פון זיי נעמט ער דעם הכרח אַז „כבלע את הקדש" מיינט דער כיסוי, און ניט דער פירוק, פון קדש;
ווען די אזהרת התורה וואָלט געווען, אַז די בני קהת טאָרן זיך ניט געפינען אין משכן אינעם זמן פון „כבלע את הקדש", וואָלט מען געקענט איינטייטשן אַז דאָס מיינט ווען מ'איז מפרק דעם קדש ; וויבאַלד אָבער אַז עס שטייט „ולא יבואו לראות", וואָס דאָס איז דאָך אַן אָנזאָג וועלכער איז חל אויף זיי אויך נאָך דעם ווי מ'האָט מפרק געווען דעם קדש, כל זמן מען האָט די כלים ניט מכסה געווען און פאַרהיט זיי פון ראי' — און ווי עס שטייט פריער אין פּרשה „וכלה אהרן ובניו לכסות גו' ואחרי כן יבואו בני קהת לשאת"כח — קען מען שוין דאַן ניט לערנען אַז „כבלע" מיינט פירוק, וואָרום דאַן וואָלט געווען משמע אַז באַלד נאָכן „כבלע את הקדש" (נאָך איידער מען האָט דעם „קדש" מכסה געווען לאחרי הפירוק) האָבן זיי דאָרט יע געמעגט זיין — אין סתירה צום „ולא יבואו לראות"כז.13לערנט רש"י „ובלוע שלו זהו כסויו", אַז די אזהרה „ולא יבואו לראות", איז (אויך) אויף דער צייט ווען מען האָט מכסה געווען דעם „קדש" און ערשט נאָכדעם, לאחרי ווי „וכלה אהרן ובניו לכסות גו' " — האָבן זיי געמעגט דאָרט אַריין.
ו. אָבער עס פעלט נאָך אַלץ הבנה אין דעם;
צוליב וואָס דאַרף בכלל שטיין דער וואָרט „כבלע"? ווען דער פּסוק וואָלט בלויז געזאָגט „ולא יבואו לראות את הקדש" (אָן דעם וואָרט „כבלע") וואָלט מען אויך געוואוסט אַז די בני קהת טאָרן ניט צוזען ווי מ'איז מכסה דעם קדש, וואָרום ס'איז דאָך לא ימלט אַז קוקנדיק אויף דער פּעולה פון כיסוי הקדש זאָל מען בעת מעשה ניט זעען דעם קדש גופא. — וואָס איז א"כ דער אויפטו פון וואָרט „כבלע"?
איז בכדי צו פאַרענטפערן אויך די קשיא, זאָגט רש"י „ובלוע שלו זהו כסויו", אַז דער „כבלע את הקדש" ווערט ערשט פאַרענדיקט דורך „וכסו אותו במכסה פלוני" וואָס קומט לאחרי וואָס „ופרשו עליו בגד פלוני";
ווען עס וואָלט געשטאַנען „ולא יבואו לראות את הקדש", וואָלט אויסגעקומען אַז גלייך נאָכן אַריינלייגן די כלי הקדש אין זייער נרתק (נאָך איידער מ'איז זיי מכסה מיטן כסוי עור תחש), איז מען שוין אינגאַנצן באַוואָרנט פון דעם ציווי „ולא יבואו לראות", וואָרום געפינענדיק זיך אין זייער נרתק זיינען זיי דאָך פאַרדעקט פון אַלע זייטן און ס'איז ניט שייך מען זאָל זיי זען.
דערפאַר זאָגט דער פּסוק „ולא יבואו לראות כבלע את הקדש", אַז מען טאָר ניט זעען אויך ווען מ'איז מכסה די כלי הקדש במכסה פלוני, אפילו נאָך דעם ווי זיי געפינען זיך שוין אין זייער נרתקכח.
14ז. עס בלייבט נאָך אָבער אַלץ שווער;
א) ווי פּאַסט דער לשון „בלוע" — וואָס ווייזט אויף אַ זאַך וואָס ווערט נשכח ונתבטל (כנ"ל סעיף ה') — אויפן כיסוי הקדש, אין דער צייט ווען דאָ איז גאָר דער כיסוי בטל צום קדש ?
ב) וויבאַלד כיסוי הייסט יע „בלוע", דאַרף דאָך אויסקומען אַז באַלד ווי די כלי הקדש ווערן פאַרדעקט דורכן אַריינלייגן זיי אין זייער נרתק, ווערט שוין פאַרענדיקט דער „כבלע גו'". קומט גאָר אויס פּונקט פאַרקערט ; אַז פון לשון „ולא יבואו לראות כבלע את הקדש" איז משמע אַז פאַר די בני קהת איז נאָר פאַרבאָטן צו קוקן בעת מען לייגט אַריין דעם קדש „לתוך נרתק שלו". אָבער נאָך דער פאַרענדיקונג מיטן נרתק, האָט זיך שוין אויך פאַרענדיקט דער „כבלע את הקדש" און זיי מעגן שוין לפ"ז צוקוקן זיך אינעם זמן פון „וכסו במכסה".
דערפאַר איז רש"י מאריך „ופרשו עליו בגד פלוני וכסו אותו במכסה פלוני ובלוע שלו זהו כסויו"; ווען ביי די כלי הקדש וואָלט געווען נאָר דער „וכסו במכסה פלוני", וואָלט עס טאַקע ניט געהייסן מיטן נאָמען „בלוע", ווייל אדרבה ; דער כיסוי איז גאָר בטל צום קדש כנ"ל. וויבאַלד אָבער אַז אויסער אים איז פריער געווען דער כיסוי פון „ופרשו עליו בגד פלוני" [און דער בגד, זייענדיק ווי אַ נרתק, האָט פאַרדעקט דעם קדש מכל צדדיו (כנ"ל)כט ], און אויף דעם האָט מען דערנאָך פאַרדעקט (דעם קדש) מיט נאָך אַ כיסוי — איז שוין דעריבער דער צווייטער כיסוי ניט בטל געוואָרן צום קדש, ואדרבה; ער האָט בולע געווען דעם „קדש".
און דאָס איז בדוגמא צו דעם דין וואָס שטייט אין גמראל (און וויבאַלד אַז די גמרא זאָגט עס בפּשטות, ניט ברענגענדיק דערצו קיין ראיות וכו', איז משמע אַז ס'איז אַזוי מובן בשכל הפּשוט, ובמילא האָט עס אַן אָרט אין לימוד דרך הפשט) ; „בית שיש בו ספר תורה או תפלין כו' עד שיוציאם או יניחם כלי בתוך כלי".
ח. מען קען פרעגןלא אויף דער15דאָזיקער ראי' ; דאָס וואָס עס העלפט „כלי בתוך כלי" איז דאָך געזאָגט געוואָרן דוקא „בכלי שאינו כליין. אבל בכלי שהוא כליין אפילו עשרה מאני כחד מאני דמי"ל ; אָבער בנדו"ד זיינען ביידע כיסויים, סיי דער בגד סיי דער מכסה געווען מיוחד צו די כלי הקדש — האָט דאָך לכאורה אויך דער צווייטער כיסוי געדאַרפט זיין בטל צום קדש און ניט אויפטאָן דעם „כבלע את הקדש"?
באַוואָרנט עס רש"י מיט זיין דיוק הל' „ופרשו עליו בגד פלוני וכסו אותו במכסה פלוני"; אַ בגד בכלל ווערט אויפגעמאַכט גענוי לויט דער מאָס פון דער זאַך וואָס איז באַשטימט צו אָנטאָן זיך אינעם בגד. דאַקעגן אַ מכסה מיינט סתם אַ צודעקלב, וואָס איז ניט געמאַכט געוואָרן אַזוי אַז ער זאָל זיין צוגעפּאַסט נאָר צו דער זאַךלג.
דעריבער איז מסתבר צו זאָגן, אַז יעטווידער „מכסה" פון די אַלע כלי הקדש איז ניט געווען מיוחד דווקא צו אַ באַשטימטער כלי; יעדער „מכסה עור תחש" האָט געקענט און געמעגט גענוצט ווערן ווי אַ צודעק פאַר איין כלי אַזוי גוט ווי פאַר אַ צווייטער, אַ דריטער א.א.וו. — ובמילא קומט דאָך אויס אַז דער „מכסה" איז געווען „אינו כליין".
ט. לפי הנ"ל בלייבט לכאורה שווער: ביי דעם מזבח הנחשת שטייט „ופרשו עליו בגד ארגמן ונתנו עליו את כל כליו גו' ופרשו עליו כסוי עור תחש"לד — קומט דאָך אויס, אַז די כלים פונעם מזבח הנחשת זיינען געווען פאַרדעקט מיט בלויז איין כסוי, היינט ווי שיקט זיך דער ענין „כבלע את הקדש" אויך אויף די כלי מזבח הנחשת?
דער ביאור אין דעם; די קדושת הכלים פון מזבח החיצון (און אַזוי אויך פון שלחן), איז אין פּשטות געווען אַ קלענערע פון די קדושת המזבח (והשלחן) גופאלה. וואָס דאָס איז פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס מען האָט פּורש געווען אַ בגד צווישן דעם מזבח מיט „כל כליו" (ועד"ז צווישן דעם שלחן מיט זיינע כליםלח) — בכדי צו מפסיק זיין צווישן דעם מזבח (און שלחן) מיט זיינע כליםלז. און וויבאַלד אַז די כלי המזבח האָבן געהאָט אַ קלענערע קדושהלח, האָט דע־16ריבער פאַר זיי מספּיק געוועןלט אויך איין כיסוימ.
און ס'איז קיין סתירה ניט להנ"ל דערפון וואָס די „כלי שרת" פון מזבח הזהב האָבן יע געדאַרפט צוויי כיסויים — „ונתנו אל בגד תכלת וכסו אותם במכסה עור תחש" — ווייל מיט די כלי שרת האָט מען משרת געווען (ניט נאָר „במזבח הפּנימי" נאָר) אויך „בתוך המשכן שהוא קדש"מא, דעריבער, צוליב זייער גדלות הקדושה, האָבן זיי געדאַרפט האָבן צוויי כיסויים.
וואָס לויט דעם קומט אויס, אַז דער דין וואָס ווערט אָפּגע'פּסק'נט בנוגע צו כלי בתוך כלי, אַז „ל"ש לן בין עליון כליין ותחתון אינו כליין להיכא דהוו איפכא בכל גוונא שרי"מד — האָט (לויט פּרש"י) אַ מקור פון אַ בפירוש'ן פּסוק !
יג. צווישן די ענינים פון „יינה של תורה" אין פירש"י דידן;
פרשת במדבר לייענט מען פאַר מתן תורהמה. איז אין די דריי כיסויים [„פרוכת המסך", „כסוי עור תחש" און „בגד כליל תכלת"] וואָס זיינען געווען אויפן ארון (ענין התורה), מרומז אַן ענין עיקרי אין מ"ת (כדלהלן סעיף ט"ו וט"ז).
די הסברה פון משה רבינו, אַז דוקא אַ בו"ד דאַרף מען געבן תורה — היפך טענת המלאכים „חמדה גנוזה . . אתה מבקש ליתנה לבו"ד . . תנה הודך על השמים"מח — טיילט זיך בכללות אין דריי חלקים וסוגים;
א) מצד הגוף פון אַ אידן און זיינע צרכים. אַזוי ווי „אב ואם יש לכם" וואָס פון זיי ווערט דער מציאות הגוף *מ ; „עושים מלאכה" און „משא18ומתן" — דורך וועלכע דער מענטש באַקומט די צרכי הגוף.
ב) מצד דעם נפש הבהמית ויצר הרעמז וואָס איז דאָ ביי זיי — „קנאה יש ביניכם, יצר הרע יש ביניכם".
ג) מצד דעם וואָס אידן זיינען שרויים „בין העמים" — וואָס די עמים עובדין ע"ז.
יד. מצד דעם וואָס די דריי ענינים הנ"ל זיינען אויסגעטיילט איינער פונעם אַנדערן — ובחלוקים עיקריים, זיינען זיי אויך חלוק אין זייער שייכות צו די עשה"ד:
די עניני הגוף וצרכיו, זיינען שייך צום קיום פון די דברות. אַזוי ווי „עושים מלאכה (שאתם צריכין שבות)", וואָס דערמיט איז פאַרבונדן דער „יום השבת לקדשו"; עד"ז „משא ומתן" וואָס דאָס באַשטימט (ברוב הפּעמים) דעם „אשר לרעך", וכיו"ב. און עאכו"כ „כבד את אביך ואת אמך", וועלכע איז שייך נאָר ווען „אב ואם יש לכם".
משא"כ די שייכות פון נה"ב ויצר הרע צו די דברות, איז (ניט בנוגע צו זייער קיום, נאָר) צו די אזהרה וואָס אין זיי; היות אַז „קנאה יש ביניכם יצה"ר יש ביניכם" — דאַרף מען באַוואָרענען „לא תרצח גו'"; ועד"ז, אַז דערפאַר וואָס „בין עמים אתם שרויין שעובדין ע"ז" — דעריבער דאַרף מען באַוואָרענען „לא יהי' לך אלקים אחרים".
און די הסברה דערפון, איז מובן אין פשטות;
דער גוף פון אַ אידן איז קדוש. נאָך מער ; דער „ובנו בחרת מכל עם ולשון", איז בעיקר (ניט אין נשמה, נאָר) אין גוףמח. און דערפאַר, איז (אע"פ וואָס ער איז „נדמה בחומריותו לגופי או"ה"מ און איז דעריבער מעלים אויף דער נשמה, ס'איז אָבער) ניט שייך אַז ער זאָל ח"ו מנגד זיין צו קיום המצות, אדרבה; דער קיום המצות (בגשמיות) איז שייך צו אים און איז דוקא דורך אים;
מצד דעם נה"ב ויצה"ר, איז יע שייך מען זאָל ח"ו עובר זיין אַן עבירה, ביז אַן עבירה חמורה ביותר, ביז — ג"ע און ש"ד (און גניבת נפשות80)), און תורה דאַרף באַוואָרענען „לא תרצח לא תנאף לא תגנוב";
אעפ"כ, איז (מצד עצמם, זיינען) אויך דער נה"ב און יצה"ר פון אַ אידן, אַ „שד משדין יהודאין"סא און מכל שכן אַז מען דאַרף עם ניט באַוואָרענען אויף ע"ז — „כפירה בעיקר"82).19אָבער מצד דעם וואָס „בין עמים אתם שרויין כו'" — דאַרף מען שוין באַוואָרענען אויך „לא יהי' לך אלקים אחרים".
טו. אָט די דריי ענינים הנ"ל, וואָס מצד זיי האָט מען אידן געגעבן תורה, וואָס דערפאַר איז חכמתו ית' נתצמצם געוואָרן און יורד געווען ביז אין עניני התורה דאָ למטה — שלשת אלפים משללג — בכדי שכל הנשמה או רוח ונפש שבגוף האדם תוכל להתבונן בדעתה ולקיימן כו'לד — זיינען אויך מרומז אין די דריי כיסויים וואָס זיינען געווען אויפן ארון;