ל"ג בעומר תש"ח
225
בטעות, מיינענדיג אַז אַזוי ווי ער טוט איז גוט, דער איז גלאַט אַ שוטה.
דאָס איז אין משל. אין נמשל מיינט דאָס, אַז אָט דער וואָס טראַכט נאָר וועגן זיך אַליין און וויל ניט וויסן אַז מען בעדאַרף אויך טאָן אַ טובה אמיתית בתורה ועבודה בדרכי החסידות דעם צווייטען, אָט דער ווייס ניט פון טוב האמיתי וואָס מען בעדאַרף צו דעם זוכה זיין דורך ירידת הנשמה בגוף בחיים בשריםד.
ג. אין מיינע קינדער יאָרן האָב איך זוכה געווען צו הערן אַ וואָרט:
דער בעש"ט האָט מגלה געווען דעם ענין פון דער התקשרות אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל. דער מעזריטשער מגיד האָט מגלה געווען די השכלה והשגה אין דער התחברות פון די דריי אהבות מיט דעם ביאור פנימי פון די דריי אופני אהבה בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך, און רבנו הזקן האָט מגלה געווען דעם דרך ווי יעדער איינער קען, דאַרף און מוז בריינגען אָט די ג' אהבות אין אַ בפועל, זאָגענדיק אַז אהבת ישראל איז דער שער העלי', וואָס אויף דעם שער איז אָנגעשריבן מיט ליכטיקע אותיות "דא תרעא לאעלאה"ה.
די וועלט מיינט אַז דער אויפטו פון חסידות איז נאָר השכלה און השגה, אָבער באמת איז כל ענין החסידות דורכצופירן די כוונה אלקית אין ירידת הנשמה בגוףו.
מען האָט שוין עטליכע מאָל דערציילט די מעשה הידועז וואָס כ"ק רבינו הזקן נבג"ם האָט אַמאָל געזאָגט צו אַ גרויסן חסיד.
"דו זאָגסט אַלץ וואָס דו דאַרפסט, אויף וואָס דאַרף מען דיר זאָגסטו גאָר ניט".
מיט די דרייצען ווערטער וואָס רבינו הזקן האָט אים געזאָגט האָט דער רבי מעורר וממשיך געווען אין דעם חסיד אַ אור עצמי אַז עס האָט אים דערנומען.
באַ חסידים איז דאָ אין דעם אַ מקובל'דיקער לשון פון חסידים הראשונים אַז "דאָס האָט אים דערנומען ביז די שפּיץ נעגל פון די פיס האָבן געברענט".
הערן און דערהערן זיינען צוויי בעזונדערע בעגריפןח.
הערן מיינט אַ דרך אגב'דיקער און חיצוניות'דיקער הערן, כמאמר העולם אין איין אויער אַריין און פון צווייטן אַרויס, דאָס מיינט אַז הגם מען האָט געהערט איז דאָס מער ניט וואָס עס איז דורכגעגאַנגען די אויערן אָן קיין שום פעולה און עס האָט ניט געלאָזען קיין שום רושם.
דערהערן מיינט אַז דאָס וואָס מען הערט מאַכט אַ רושם. און מען בעטראַכט דעם אייגענעם מעמד ומצב, וועלכע מדות זיינען גוט און וועלכע בעדאַרפן האָבן תיקון.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-yn3sakh2
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.