עברית
Library

Likkutei Sichos

Pinchas 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

161(און לויט'ן מדרש — איז ער געווען אַ כומר לע"זי) — איז אויב די שבטים האָבן געוואָלט מבזה זיין פנחס'ן, האָבן זיי דאָך אים געקענט פאַרשעמען מיט אַ גרעסערן בזיון, אַז אבי אמו איז געווען אַ געצנדינער פון אַלע ע"ז שבעולם (און אפילו אַ כומר לע"ז), און ניט בלויז „שפיטם עגלים כו'"?

ג) אין דעם עצם בזיון, אַז דער זיידע האָט מפטם געווען עגלים לע"ז, איז דאָך לכאורה ניטאָ קיין אונטערשייד צי ער איז אבי אמו אָדער אבי אביו. האָט דאָך רש"י געקענט מקצר זיין בלשונו און זאָגן; „זקנו" — פאַרוואָס דאַרף ער אָנקומען צו צוויי ווערטער*10 און (ועיקר) אַריינגיין אין פּרטים וועלכע זיינען דאָ ניט נוגע און זאָגן „אבי אמו" (ובפרט אַז דאָ קען דאָך ניט זיין קיין ספק וועמען מען מיינט — ווייל אבי אביו איז דאָך אהרן)?

ד) אויב רש"י וואָלט דאָ געמיינט נאָר צו מסביר זיין פאַרוואָס דער פּסוק רעכנט אויס דעם יחוס פון פנחס'ן (אַ צווייטן מאָל), וואָלט געווען גענוג ווען רש"י פירט אויס „לפיכך בא הכתוב ויחסו". וואָס איז נאָך רש"י מוסיף אויסצוטייטשן צו וועמען דער פּסוק מיינט צו מייחס זיין — „(ויחסו) אחר אהרן"?

נאָך אַ שטאַרקערע קשיא; אמת טאַקע אַז דערמיט וואָס דער פּסוק איז מוסיף „בן אהרן הכהן", אַז פנחס איז ניט נאָר אַ זון פון אלעזר, נאָר אויך אַן אייניקל פון אהרן הכהן, ווערט נאָכמער פאַרגרעסערט זיין יחוס — ס'איז דאָך אָבער קלאָר, אַז אויך „בן אלעזר" אַליין איז אַ גרויסער יחוס (וואָרום אלעזר איז געווען דער סגן כה"גיא. נאָך מער; דאָ במעשה שטים, וואָס איז געווען לאחרי פטירת אהרן, איז אלעזר געווען דער כה"גיב) — אָבער פון דעם וואָס רש"י זאָגט „ויחסו אחר אהרן", איז משמעיג אַז דער יחוס פון פנחס'ן איז בלויז וואָס ער איז בן בנו של אהרן?

ה) אויב רש"י שרייבט שוין יע „אחר אהרן", האָט ער דאָס לכאורה געדאַרפט שרייבן כל' הכתוב; „(אחר) אהרן הכהן"? אשר על כן מוז מען זאָגן, אַז דערמיט וואָס רש"י איז משמיט דעם וואָרט „הכהן" מיינט ער צו לאָזן הערן, אַז אָט די מעלה פון „אהרן" וואָס צוליב איר פאַרבינדט דאָ דער פּסוק דעם יחוס פון פנחס מיט אהרן, באַשטייט ניט אין זיין כהונה, נאָר אין אַנדערע ענינים פון אהרןיד.

162אָבער לפי זה איז ניט מובן; אין פּסוק שטייט דאָך בפירוש „פנחס גו' בן אהרן הכהן", היינט פון וואַנעט נעמט רש"י אַז אין דעם „בא הכתוב ויחסו" איז ניט נוגע וואָס אהרן איז געווען אַ כהןטז?

ו) נוסף צו די אַלע דיוקים הנ"ל, דאַרף מען אויך פאַרשטיין; אין וואָס איז בכלל באַשטאַנען די טענה פון די שבטים „הראיתם בן פוטי זה כו'"? אויב זיי האָבן געהאַלטן אַז פנחס האָט זמרי'ן ניט געטאָרט הרג'ענען — צי צוליב דעם וואָס זיי האָבן ניט געוואוסט די הלכה „הבועל ארמית קנאין פוגעין בו", אָדער ווייל זיי האָבן געהאַלטן אַז פנחס איז ניט קיין „קנאי" (ד.ה. ער טוט עס ניט מחמת קנאת ה', נאָר מצד אַנדערע סיבות) — האָבן זיי דאָך אים געדאַרפט מבזה זיין בעיקר דערמיט וואָס ער אַליין האָט עובר געווען אויף איסור רציחה, און ניט בלויז מיט דעם וואָס זיין זיידע האָט מפטם געווען עגלים לע"ז; און אויב זיי האָבן געהאַלטן אַז ער האָט יע געמעגט (און געדאַרפט) הרג'ענען זמרי'ןי, וויסנדיק דעם דין הבועל ארמית כו', איז דאָך בכלל ניטאָ קיין אָרט פאַר זייער מבזה זיין אים דערמיט וואָס ער איז „בן פוטי וכו'"?

ב. איז דער ביאור אין דעם, אַז דערמיט וואָס די שבטים האָבן מבזה געווען פנחס'ן, זיינען זיי געווען אויסן צו איינשטעלן זיך פאַרן כבוד פון אַלע אַנדערע אידן און פאַרן כבוד פון משה רבינו;

זמרי האָט דאָך געבראַכט די מדינית „לעיני משה ולעיני כל עדת בני ישראל"יז און פון צווישן אַלע אידן איז בלויז פנחס געווען דער איינציקער וואָס האָט מקנא געווען קנאת ה'

[ אין דער צייט ווען אויך אַנדערע אידן האָבן מסתם געוואוסט די הלכה פון „הבועל ארמית קנאין פוגעין בו"יח; און אַוודאי האָט עס משה געוואוסט, ווי פנחס גופא האָט געזאָגט צו משה'ן; „מקובלני ממך כו'"יט] —

איז עס דאָך אַ זלזול גדול בכבודן של ישראל ובכבודו של משה!

און דאָס איז געווען די סיבה וואָס די שבטים האָבן מבזה געווען פנחס'ן און גע'טענה'ט אַז דאָס וואָס ער האָט גע'הרג'עט זמרי איז ביי אים געקומען ניט אויסשליסליך מחמת קנאת ה', נאָר אין דעם איז געווען אויך אַריינגעמישטכ עפּעס אַנדערש:

„אבי אמו" האָט מפטם געווען עגלים לע"ז — און אַזאַ הנהגה, מפטם צו זיין אַן עגל מיט אַן אויסדריקלעכן ציל, בכדי צו שעכטן אים דערנאָך, ליגט אין דעם אַן אכזריות גדולה ביותרכא

163(און ווי מ'קען עס פאַרשטיין אין פּשטותכב, אַז ביים הרג'ענען עמעצן, איז דערביי ניטאָ אַזאַ מאָס פון אכזריות ווי אין פאַל, ווען מען טוט מיט אים כלומר'שט גוטס, מען איז אים „מפטם", און דערביי האָט מען אין זינען אים צוגרייטן דורך דעם צום אומצוברענגען)

— און וויבאַלד אַז אבי אמו האָט געהאַט אין זיך אַזאַ טבע פון אכזריות, איז זי מסתמא אויך אַריבערגעקומען בירושה צו זיין אייניקלכג פנחסכד. און דערפאַר (האָבן זיי גע'טענה'ט) איז דוקא פנחס נתעורר געוואָרן מיט אָט די קנאות צו הרג'ענען זמרי'ן — בעת אַלע אידן און אפילו משה רבינו האָבן עס ניט געטאָן — ווייל (אויך) זיין טבע האכזריות האָט אים מיטגעהאָלפן אין דעםכח.

און דערפאַר זאָגט רש"י „שהיו השבטים מבזין אותו" — און ניט „שהיו בני שמעון מבזין אותו" — וואָרום וויבאַלד אַז דער „מבזין אותו" איז געווען צוליבן איינשטעלן זיך (ניט פאַר זמרי'ן, נאָר) פאַרן כבוד פון משה רבינו און כלל ישראל, איז דאָך מסתבר צו זאָגן, אַז דאָס האָבן געטאָן אַלע שבטים.

ג. לכאורה קען מען פרעגן אויף דעם; וואָלטן זיי געמיינט אים סתם אַזוי צו מבזה זיין, דערנידעריקן, וואָלט געווען פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י איז מדגיש „והרג נשיא שבט מישראל", ווייל הרג'ענען אַ נשיא, ובפרט אַז דער הורג איז פון אַ נידעריקן אָפּשטאַם, איז אַ גרעסערער בזיון (אע"פ אַז בנוגע דער איסור רציחה גופא איז קיין נפק"מ ניט ווער וועמען הרג'עט) ; וויבאַלד אָבער אַז מיט זייער מבזה זיין אים „הראיתם בן פוטי כו'" האָבן זיי געמיינט צו אָנדייטן אויף זיין טבע האכזריות — איז וואָס גיט דאָ צו (אין דעם בזיון) זייער אויפוואַרפן אַז ער האָט גע'הרג'עט אַ נשיא, איז דען דאָס הרג'נען אַ נשיא אַ גרעסערע אכזריות ווי סתם אַ אידן?

אין אמת'ן אָבער איז עס קיין קשיא ניט, ווייל אויך דער בזיון וואָס האָט געמיינט צו מדגיש זיין די „אכזריות"164פון פנחס, איז געוואָרן פאַרגרעסערט דורך זייער מדגיש זיין אַז ער האָט גע'הרג'עט אַ נשיא;

אַ נשיא איז ענינו צו פאַרזאָרגן זיין גאַנצן שבט מיט אַלע נויטיקייטןכ. — און אַזוי איז עס אויך געווען ביי דער מעשה זמרי, אַז ער האָט דאָס געטאָן צוליב ראַטעווען זיין שבט. ווי רש"י זאָגט פריעריז, אַז בעת ש"נתקבצו שבטו של שמעון אצל זמרי שהי' נשיא שלהם ואמרו לו אנו נידונים למיתה כו'", דאַן דוקא — „ויקרב את המדינית" (און עס קען דאָך זיין אַז אויך ער האָט געוואוסט דעם דין פון „קנאין פוגעין בו" און אַזוי אַרום איינגעשטעלט זיין לעבן), בכדי צו ראַטעווען זיין שבט.

דערפאַר האָבן זיי מדגיש געווען „והרג נשיא", ווייל מאַכנדיק בולט דעם אונטערשייד צווישן דעם רוצח מיטן הרוג — אַז דער רוצח איז אַן אכזרי און דער נרצח איז אַן איש החסד (ובפרט, ווען אויך די פעולה צוליב וועלכע מ'האָט אים גע'הרג'עט איז געטאָן געוואָרן מיט אַ כוונה פון חסד) — פאַרגרעסערט עס נאָכמער דעם בזיון.

ד. נאָך אַן ענין אין דעם; הגם אַז דער איש אכזרי בטבע באַציט זיך צו אַלעמען באכזריות*20), דריקט זיך אָבער אויס זיין אכזריות גאָר באַזונדער דווקא כלפי אַן איש החסד. וואָרום צוליב דעם גופא וואָס דער איש החסד איז דער סאַמע היפך פון אים, דעריבער קען ער אים ניט סובל זיין, און ער איז צו אים מער אכזריות'דיק ווי צו אַנדערע מענטשן.

און דערפאַר האָבן די שבטים מדגיש געווען „והרג נשיא כו'", ווייל דאָס איז געווען (לדעתם) אַ הסברה נוספת פאַרוואָס ס'האָט זיך ביי פנחס'ן דערוועקט אָט די אכזריות; דאָס וואָס זמרי איז געווען אַ נשיא — אַן איש החסד וואָס האָט איינגעשטעלט זיין לעבן (לויט זייער מיינונגכז) פאַר זיין שבט — דאָס האָט פנחס ניט געקענט (לפי סברתם) סובל זיין, און דאָס האָט אַרויסגערופן זיין מדת האכזריות.

ה. עס ווערט דאָך אָבער אַ שאלה; אויך אהרן, דער איש החסד (כדלהלן סעיף ו'), איז דער זיידע פון פנחס'ן — היינט ווי האָבן די שבטים געקאָנט טענה'ן אַז פנחס האָט אין זיך אַזוי פיל אכזריות, מער ווי אַלע אַנדערע אידן, דווקא מצד דעם צווייטן זיידן, יתרוכח?

און דאָס באַוואָרנט רש"י, אַז אין זייער מייחס זיין אים צו יתרו'ן האָבן165זיי געזאָגט (ניט „זקנו" סתם, נאָר) „אבי אמו"כט; ע"פ טבע דאַרף אויסקומען (האָבן זיי גע'טענה'ט), אַז ער האָט בירושה די תכונות פון אבי אמו מער ווי פון אבי אביו, ווייל — „אשה מזרעת תחלה יולדת זכר"ל און ער איז דעריבער מיט זיין נאַטור מער נוטה און ענלעך צו זיין מוטער איידער צו זיין פאָטער; און ביי זיין מוטער ווידער, מצד „איש מזריע תחלה יולדת נקבה"ל דריקן זיך ביי איר אויס אין אַ גרעסערער מאָס די תכונות פון איר פאָטער יתרו — „אבי אמו" ווי פון איר מוטער און אויך ווי די ענלעכקייט פון פנחס' פאָטער צו זיין פאָטער — אהרןלא.

ו. אויף דעם האָט דער אויבערשטער געענטפערט; „פנחס בן אלעזר בן אהרן (הכהן)", אַז די קנאות פון פנחס נעמט זיך (ניט דערפון וואָס ער איז אַ „בן פוטי", נאָר) דוקא פון דעם וואָס ער איז „בן אהרן"; נאָר צוליב דעם וואָס ער האָט אין זיך די תכונות פון אהרן — „רודף שלום ומטיל אהבה בין בעלי מריבה"לב, איז ער דערפאַר נתעורר געוואָרן צו מאַכן שלום צווישן אידן מיטן אויבערשטן — „השיב את חמתי מעל בני ישראל".

און דערפאַר איז רש"י מסיים „בא הכתוב וייחסו אחר אהרן" — ווייל דערמיט לערנט ער אונז צוויי זאַכן;

א) די ווערטער „בן אלעזר" קומען בלויז אַלס הקדמה צו „בן אהרן" — אָבער ניט מיט דער כוונה אים צו מייחס זיין (אויך) צו אלעזר'ן גופא — ווייל צום ענטפער אויף דער טענה „הראיתם בן פוטי כו'" איז נוגע בלויז אַרויסצוברענגען זיין אָפּשטאַם פון אהרן וואָס איז געווען אַ „רודף שלום ומטיל אהבה כו'".

ב) הגם אין פּסוק שטייט „בן אהרן הכהן", איז אָבער צום „בא הכתוב וייחסו" (וואָס קומט אַלס ענטפער אויף דער טענה „הראיתם בן פוטי כו'") נוגע בלויז די טבע פון אהרן מצד עצמו, זיין מדה פון רודף שלום כו'166און ניטלג דאָס וואָס ער איז געווען אַ כהןלד.

ז. לכאורה קען מען פרעגן; וויבאַלד אַז אין פּסוק שטייט „בן אלעזר בן אהרן הכהן", איז פון וואַנען נעמט רש"י דעם הכרח צו לערנען אַז די שבטים מיט זייער מבזה זיין אים אַלס „בן פוטי" האָבן געמיינט די טבע האכזריות פון יתרו (שפיטם עגלים), וואָס לויט דעם איז דער וואָרט „הכהן" פון פּסוק ניט אַזוי גלאַטיק — מען קען דאָך לערנען אַז זיי האָבן געמיינט דאָס וואָס יתרו האָט געדינט אַלע ע"ז

[וואָס אויך דער ענין פון יתרו'ן וואָלט מסביר געווען טענת השבטים; וויבאַלד אַז אבי אמו איז געווען עובד כל הע"ז, לייגט זיך ניט אויפן שכל אַז אים זאָל פאַראַרן דער איסור פון בועל ארמית (וואָס דעם טעם פון „לא תתחתן בם"לה איז „כי יסיר גו' ועבדן אלקים אחרים"לח), ובפרט — מער ווי אַלע אידן וועלכע זיינען בני אברהם יצחק ויעקב פון ביידע צדדים ],

און עפּ"ז וואָלט געווען פאַרשטאַנדיק וואָס דער פּסוק איז מדגיש ביי זיין יחוס „בן אהרן הכהן", אַז אדרבה: ביי אים זיינען (ניט די תכונות פון יתרו, נאָר) די תכונות פון אהרן וואָס איז ניט סתם עובד ה', נאָר אַ כהן צום אויבערשטן. ועוד; לויט דעם פּירוש וואָלט אויך „בן אלעזר" געווען אַן ענטפער אַף טענת השבטים. פאַרוואָס לערנט רש"י „שפיטם עגלים כו'" וואָס לויט דעם איז ניט גלאַטיק דער וואָרט „הכהן" וכו'?

איז שתי תשובות בזהלז;

א) וויבאַלד אַז ע"ז האָט צו טאָן מיט „דיעות" (ניט ווי אכזריות וואָס איז שייך צו די תכונות און טבע המדות), איז עס דעריבער אַ זאַך וואָס גיט זיך ניט איבער בירושה פון עלטערן צו קינדער; און אויב יתרו אַליין איז געקומען צו דער הכרה „עתה ידעתי כי גדול ה' מכל האלקים", און ס'איז ביי אים גופא ניט פאַרבליבןלח קיין שמץ פון ע"ז — איז אַוודאי ניטאָ קיין סברא צו זאָגן167אַז דאָס האָט זיך איבערגעגעבן צו זיינע קינדערלט.

ב) ווען מיטן „בא הכתוב ויחסו" וואָלט דער פּסוק געמיינט צו שולל זיין פון אים די שייכות צו ע"ז, וואָלט ער געזאָגט בלויז „בן אלעזר" (וואָס איז דאָך געווען אַ סגן כה"ג און דערנאָך כה"ג) און ניט מוסיף געווען „בן אהרן", ווייל אדרבה; וויבאַלד אַז אהרן האָט געהאַט עטוואָס אַ שייכות צום עגל, קומט דאָך במילא אויס, אַז אין דעם ענין פון שלילת ע"ז איז אלעזר מער „מיוחס" ווי אהרןמ.

ח. אין פּרש"י איז דאָך פאַראַן „יינה של תורה" — איז די הוראה וואָס מען קען (און דאַרף) אָפּלערנען פון פּרש"י דידן, איז מובן גאָר בפשטות;

בשעת מען זעט ווי עמעצער טוט אַ גוטע זאַך, איז אפילו ווען מען האָט כמה וכמה הוכחות וואָס באַווייזן לכאו' מיט אַ סך איבערצייגונג, אַז יענער טוט עס מצד אַ פּני' — טאָר מען אים פונדעסטוועגן ניט מבטל זיין, ווייל

א) נניח אפילו אַז יענער טוט עס מיט אַ פּני' — איז דאָך דאָ אַ פּסק דיןמא „לעולם יעסוק אדם בתומ"צ אע"פּ שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה" —

(ובפרט לויטן פּירוש הפּנימי אין „מתוך שלא לשמה בא לשמה", אַז דאָס וואָס ער וועט שפּעטער קומען צו „לשמה", איז דאָס דערפאַר וואָס אויך איצט איז דער „שלא לשמה" נאָר בחיצוניות אַזוי, אָבער דער „תוך" און פּנימיות פון דעם איז לשמהמב; און דעריבער איז „מתוך שלא לשמה" — פון זיין פּנימיות'דיקן „תוך" (לשמה) וואָס זיין תומ"צ „שלא לשמה" אַנטהאַלט אין זיך, איז ער „בא לשמה" — אַז דער באַהאַלטענער פּנימיות, קומט שפּעטער אויך בגלוי).

ב) וויבאַלד אַז דער שו"ע הייסט אים לערנען און מקיים זיין מצות, טאָר מען אים ניט מבטל זיין, ווייל דורך דעם איז דאָך עלול ער זאָל אויפהערן צו לערנען וכו'. מען דאַרף אים בלויז מעורר זיין אַז ער זאָל אָנהויבן לערנען לשמה, אַז ביי אים זאָל זיך וואָס גיכער אויפטאָן דער „בא לשמה".

ג) והעיקר; מען קען קיינמאָל ניט וויסן וואָס עס טוט זיך ביי יענעם אין האַרצן — און ווי מען זעט עס קלאָר בענינינו, אַז אפילו די שבטים, טראָץ דעם וואָס זיי האָבן געהאַט אַזעלכע שטאַרקע הוכחות לכאורה אַז פנחס האָט עס געטאָן (אויך) שלא לשמה, האָט דער אויבערשטער — וואָס „ה' יראה ללבב"מג — מעיד געווען אויף אים אַז דאָס איז ביי אים געקומען בלויז מצד קנאת ה'.

ט. נאָך אַן ענין אין דעם;

אָט די וועלכע זיינען מבטל אַ צווייטן וואָס טוט אַ גוטע זאַך, מיט דער באַ־168הויפּטונג אַז יענער טוט עס מצד אַ פּני', קענען זיך איינשמועסן אַז זייער מבטל זיין יענעם קומט ביי זיי מצד הקדושה; אַזוי ווי איך בין ביטול'דיק בטבע (טראַכט ער ביי זיך), קען איך ניט פאַרליידן די תנועה פון גאוה, און דעריבער, בשעת איך זע ווי יענער לערנט תורה מיט אַ שטורעם אָדער איז מקיים מצות בהידור וואָס קען זיין מיחזי כיוהרא — קען איך עס ניט סובל זיין און פאַרשווייגן.

האָט מען דערויף אַ הוראה פון פּרש"י דידן, וואָס איז מבאר דעם ביזוי פון די שבטים לגבי דער קנאות פון פנחס, אַז זייער מבזה זיין האָט געשטאַמט פון זייער רצון צו איינשטעלן זיך פאַר כבודו של משה, איז דער אויבערשטער „יחסו אחר אהרן" און איז מעיד אַז ער האָט מקנא געווען קנאת ה' און ניט זיי —

און דאָס לערנט אונז בנוגע מבטל זיין יענעמס לערנען מיט אַ שטורעם, אַ הנהגה בהידור און פּעולה וכו' אַלס אַן אויסדרוק פון יוהרא וכדומה, מיינענדיק אַז דאָס קומט ביי אים מחמת זיין ענוה און ביטול (ער שטעלט זיך איין פאַר כבודו של משה וואָס איז געווען „ענו מאד מכל האדם"מד) — אַז באמת איז דער לערנער כו' גערעכט און ניט דער מבטל.

נאָך מער — מעגליך אַז דער מבטל זיין זאָל גאָר קומען, פאַרקערט, דווקא מצד זיין (דעם מבטל'ס) ישותמה;

ער קען ניט ליידן וואָס יענער האָט אַ מעלה לגבי איםמו, און איז דערי) בער יענעם מקנא. נאָר ווען ער וואָלט געווען כדבעי, וואָלט ביי אים די קנאה דערוועקט אַ ווילן צו טאָן ווי יענער — קנאת סופרים תרבה חכמהמז; וויבאַלד אָבער אַז צוזאַמען מיט זיין מדת הגאוה האָט ער אויך די מדה פון עצלות, איז ער מבטל יענעמס לערנען וכו'.

פון אַ הרגש של קדושה קען ניט אַרויסקומען אַ מסקנא וואָס איז היפך האמת — און וויבאַלד אַז סיי זיין אייגענער ניט לערנען מיט אַ שטורעם וכמאחז"ל מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע אף כאן כו'מח (אעפּ"י וואָס עס דוכט זיך אַז טאָן אַזוי לשמה באמת — האַלט ער נאָך ניט באַ דער מדריגה), איז קעגן דעם פּסק דין פון תורה „לעולם169יעסוק אדם בתומ"צ שלא לשמה כו'", סיי זיין מבטל זיין יענעם איז היפך ההוראה בתורת אמת „והוי דן את כל האדם לכף זכות"מט, איז עס דאָך אַ קלאָרער באַווייז, אַז דער הרגש וואָס ברענגט דערצו איז ניט קיין הרגש דקדושה, נאָר אדרבהנ.

י. נאָך אַ הוראה פון אונזער פּרשה;

מיט עטליכע פּסוקים ווייטערנא זאָגט רש"י „במקום*51 שייחס את הצדיק לשבח, יחס את הרשע לגנאי". לכאורה, וואָס איז עס פאַר אַ גנאי פאַר זמרי'ן אַז ער איז „נשיא בית אב לשמעוני"נב? נאָר דער ביאור פון דעם איז; די שבטים האָבן דאָך געהאַלטן אַז זמרי האָט געטאָן אַן ענין של חסד, און פנחס — אַן ענין של אכזריות כנ"ל, און אָט די ביידע הנחות איז די תורה שולל: „במקום שייחס את הצדיק לשבח", אַז פנחס איז „בן אהרן", און דאָס מיינט אַז ביי אים איז טבעו של אהרן „רודף שלום ומטיל אהבה", אויפן זעלבן פּלאַץ און אויפן זעלבן דרך איז דאָ אויך דער „יחס את הרשע לגנאי", אַז דאָס וואָס „ויקרב גו' את המדינית", איז ביי אים געווען ניט מחמת זיין מדת החסד, נאָר אדרבה, ווייל ער איז „נשיא בית אב לשמעוני" וואָס אויף שמעון זאָגט די תורהנג „כלי חמס מכרותיהם". ד. ה. אַז אין דער פעולה פון זמרי האָט זיך אויסגעדריקט דער היפך פון חסד, די מדה פון אכזריותנד;

וואָרום אויב אין דער צייט ווען „ויחל העם לזנות גו'" — און בעת דער חטא האָט דערפירט צו „ויחר אף ה' בישראל, שלח בהם מגיפה"65) — נעמט דאַן זמרי „לעיני כל עדת בני ישראל" (אַנשטאָט מעורר זיין צו תשובה, טוט ער דאָס פאַרקערטע) און רופט אויס אַז אַן ארמית איז מותרת לישראל6) (וואָס דורך דעם איז ער זיי מונע פון תשובה, האָבנדיק אַ „היתר" אויף דעם פון אַ „נשיא שבט בישראל") — איז דאָך דאָס די גרעסטע אכזריות.

הייסט עס דאָך, אַז דער אונטערשייד צווישן זמרי מיט פנחס איז אַ היפך מן הקצה אל הקצה; זמרי האָט באמת געטאָן די גרעסטע אכזריות און האָט דאָס אַרומגעדעקט מיט אַן „אצטלא" של חסד — דאַקעגן האָט פנחס געטאָן אַ פעולה וואָס זעט אויס ווי „אכזריות", און דווקא אין דעם איז געווען איינגעהילט דער גרעסטער חסד*65).

170יא. די הוראה פון דעם בכל דור ודור — אויך פאַר אונז, איז מובן בפשטות;

אין דער צייט פון אַ מגיפה רוחנית ר"ל, און מען זעט אַ מקנא קנאת ה' — טאָר מען עם ניט מבטל זיין וכו', ואע"פּ וואָס ער איז ניט דער משה פון זיין דור און אפילו ניט קיין כהן — וכנ"ל. און די תורה דערציילט און זאָגט, אַז קנאת ה' וועט ניט בלויז פּועל'ן דעם „ותעצר המגיפה מעל בנ"י"7), נאָר זי וועט אויך ברענגען צום אמת'ן שלום — „הנני נותן לו את בריתי שלום"68),

און דורכן אמת'ן שלום, דעם היפך פון פּירוד און שנאת חנם, וועט אויך בטל ווערן דער גלות וואָס איז געקומען צוליב דעםנז.

און דאָס איז אויך די שייכות פון פנחס מיט אליהו מבשר הגאולה68), כמאמר רז"ל69) „פנחס הוא אליהו", ווייל דורך דער הנהגה פון פנחס'ן וועט מען זוכה זיין צו דער גאולה האמיתית והשלימה, וואָס וועט אָנגעזאָגט ווערן דורך אליהו הנביא (זה פנחס) — דער וואָס וועט אויפטאָן קירוב הלבבות „והשיבס לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם"סא, בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ פנחס תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-yew21x8h

Copies

Recent activity

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · approved
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · closed

Sources