עברית
Library

ליל א' דחה"ש בסעודה תש"ט

329

נאָך אַ מהדר איז אפילו ניט פאַרשטייענ­דיק מיינט ער אַז ער פאַרשטייט, אָבער אפילו אַז ער פאַרשטייט יע, איז אויך דער פתח גרעסער פון דעם פאַרשטיין.

מה שאין כן אַז השגה דבינה דער­הערט די הפלאה פון חכמה, איז גאָר עפּעס אַנדערש.

ח. ביי אַמאָליקע חסידים איז געווען אַ קאָך אין די ג' אהבות: אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.

אין די גאָר יונגע יאָהרען האָב איך געהערט אַ אויסשפּראַך פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער קדושה'דיקער יחם לבבו.

מען האָט זיך געקאָכט אין די ג' אהבות. פונדעסטוועגען דאַרף די אהבת ישראל ניט פאַרדעקען צו זעהן יענעמס חסרונות אין חינוך, ידיעה און מדות. נאָר מ'דאַרף יענעם זאָגען בדרך קירוב. מען דאַרף זאָגען זיך, מען קען געפינען די חסרונות ביי זיך אַליין — און מען דאַרף ניט האָבען אויף דעם אַ ריבוי יגיעה, בפרט לאור האמת, — דאַרף מען זאָגען זיך וועט יענער במילא דער­הערען.

ט. דאָ אין אַמעריקע איז אַ ביסעל פאַרטומאַנעטו. אַ טומאַן מיינט אַז עס שיינט די זון, נאָר עס איז פאַרטומאַנעט, עס זעהט זיך ניט די ליכטיקייט.

דאָ אין אַמעריקע, אַז מען טראָגט אַ באָרד און פיאות און מען גיט צדקה מיינט מען שוין אַז מען איז יוצא טויזענד פּראָצענט, אָבער דער אמת איז ווי דער באַקאַנטער חסיד'ישער אויסשפּראַך: לא פגע ולא נגעז.

מען באַדאַרף טאָן מיט דעם זולת.

י. אמר: מען דאַרף זינגען, אָבער ניט איבערנעמען זיך דערמיט.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-x2wvxdhk

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources