עברית
Library

ליל א' דחג הסוכות, ה'שי"ת

361

ר' דובער ב"ר פסח — בערע פיישעסו, ר' ניסןב ור' יקותיאלז, האָט מען בכל יום ויום געגעבען אַ האַלבע שעה אָדער דריי פערטל אויף צו דערציילען די חדר קינדער חסידישע סיפורים.

די סיפורים וואָס מיר האָבן געהערט אין חדר האָבן מיר געדאַרפט איבער חזר'ן צווישן זיך אונטער דער השגחה פון רבין וואָס האָט צוגעהערט.

געוועהנליך פלעגן מיר קינדער — וועלענדיק בעווייזען אַז מיר געדיינקען און גוט בענומין וואָס דער רבי האָט דערציילט — איבערשרייען איינער דעם אַנדערן, און דער טומל איז געווען אַזוי גרויס אַז די מלמדים ר' יקותיאל אָדער בערע פיישעס פלעגן זיצן צוטומעלטע פון אונדזערע אומגעלומפערטע געשרייען און מאַכן מיט די הענטלעך.

איך האָב דאַן איינמאָל געהערט פון דער באָבען הרבנית הצדקנית מרת רבקהח וואָס איר שוויגער די באָבע הרבנית חי' מוסיאח האָט איר דערציילט.

איר זיידע, הוד כ"ק רבינו הזקן, האָט מסדר געווען אַז יעדן פרייטאָג צו נאַכט נאָך סעודת שבת זאָלן די פרויען לייענען די פרשה חומש אין טייטש חומשח, און שבת נאָך מיטאָג זומער, אָדער מוצאי שבת ווינטער זאָלן זיי דערציילן חסידישע סיפורים.

די באָבע רבקה איז געווען אַ בעלת שמועה און יעדער סיפור איז באַ איר געווען מדויק, ווען זי האָט דאָס געהערט און פון וועמען, מיט אַ תיאור כללי פון דעם מספר און דעם זמן המאורע והסיפור. פלעג איך יעדן טאָג קומענדיק פון חדר גיין צו דער באָבע רבקה בעטן דערציילן אַ מעשה.

דער סדר פון מיינע ביקורים באַ דער באָבען האָט אָנגעהאַלטן אַלע יאָרן ביז איר הסתלקותט. נ"ע.

די דאָזיקע סיפורים זיינען קובע אַ מדור מיוחד אין מיין יומן און זכרונות.

ט. דער נוסח פון ברכת לחיים, באַ די זמני ההתועדות ברבים, איז באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געווען פאַרשידנאַרטיק אין די שטילע קורצע ווערטער וואָס ניט אַלע האָבן געהערט, און די וואָס האָבן יאָ געהערט זיינען דאָס געווען פאַר זיי ניט פאַרשטענדליכע ווערטער.

און באַלד נאָך די קורצע שטילע ווער­טער פלעגט ער זאָגן הויך דייטליך קלאָר:

לחיים! דער אויבערשטער זאָל העל­פן אַז דער אמיתית'דיקער זמן שמחתינו זאָל נמשך ווערען אויף אַלע אידן אין אַלע ערטער וואו זיי געפינען זיך.

די המשכה זאָל זיין אַ המשכה כפולה ומכופלת, כפולה מיינט צוויימאָל, ומכו­פלת מיינט צוויימאָל צוויימאָל.

דער עומק פון דעם טייטש וואָרט איז אַז אין די גשמיות פון חומריות זאָל זיך דערהערן די רוחניות, וואָס דאַן ווערט אין די חומריות הגשמי נתגלה און מאיר דער גילוי עצמותו יתברך.

און דאָס איז דער פירוש פון דעם וואָרט אין גשמיות און אין רוחניות, אַז הן די גשמיות און הן די רוחניות זאָל זיין ווי דער אויבערשטער וויל.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-w13jzcx6

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources