עברית
Library

חורף

חורףא

א. איינער פון די תורה­נקודות­ווערטער וואָס הוד כ"ק רבנו הזקן האָט מקבל געווען מהוד כ"ק מורו מורנו הרב המגיד ממעזריטש שקיבל ממורו מורנו הבעש"ט מה שקיבל ממורו הבעל ח"יב.

— הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש גיט איבער, אין זמנים ידועים, להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ענינים וואָס הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אים אין זמנים שונים איבערגעגעבען מיט געוויסע ביאורים. און דער וואָרט איז איינער פון זיי —

אתפשטותא דמשה בכל דראג, יעדער איינצעלנער איד, איש אָדער אשה, איז אַ דור, וואָס ווען זיי קומען אין זמן פון חיי משפחה על פי תורה ווערן זיי גע­בענטשט פון דעם משה וואָס בדורם, וואָס ער איז כל מהותו ועצמותו טאַקע אַ אור עצמי, אָבער זיין אור עצמי איז דער מאור המאיר מאתפשטותא דמשה בכל אחד ואחת בשלש האהבות: אהבת השם אהבת התורה ואהבת ישראל.

דער וואָרט, איז איינער פון די דיוקים­ווערטער, ווי ער רופט זיי בסגנונו המדויק, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער אין געוויסע צייטען, און זאָגט דערביי:

דאָס וואָס איך גיב דיר איבער זאָל אין דיר פועל זיין התרחבות העמקת ותוקף הדעת, זיין בכל תוקף עוז, אין אַלע זמנים און אין יעדער מקום ווי איך האָב דיר איבערגעגעבען.

ב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער אין אַ געוויסען זמן פאַרשידענע ענינים וואָס קומען בקבלה מנשיא לנשיא, צווישען זיי די תורה האמורה, און זאָגט מיר:

אין דער יחידות וואָס איך האָב גע­האַט ביים טאַטען, ווי איך האָב דיר געזאָגט, האָט ער מיר געזאָגט: דער עבודה­סדר פון די ג' אהבות איז: אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת השםד.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-vjv0qxsb

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources