שיחות חג הפסח
315
פסח איז פה סחד.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט אין דעם אַן אריכות הביאור.
דער נוסח פון מה נשתנה איז, אַז מען דאַרף זאָגען בזה"ל:
טאַטע איך וועל ביי דיר פרעגען פיער קשיותה.
ביי הוד כ"ק רבנו הזקן פלעגען אַלע קינדער פרעגען מה נשתנהו: דער מיטעלער רבי, ר' חיים אברהםז, און ר' משהח און נאָכדעם דער אייניקעל הוד כ"ק אאזמו"ר הצמח צדק, און אַלץ מיט'ן זעלבען נוסח, טאַטע וכו', אַז זיי פלעגען ענדיקען פלעגט דער אַלטער רבי אַליין זאָגען בלחישה מיטן זעלבען נוסח, טאַטע וכו'ט.
איך האָב געפרעגט ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, ביי וועמען האָט דער אַלטער רבי געפרעגט. האָט מיר כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט: מקבל געווען האָב איך ניט, נאָר איך בין משער אַז דאָס האָט ער געפרעגט ביי דעם בעל ח"יי. האָב איך איהם ווייטער געפרעגט, אם כן ווי אַזוי האָט ער אים גערופען טאַטע. האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דו ביסט דאָך אַ דברן, בעט איך דיר אַז דאָס זאָלסטו ניט דערציילען...
יעדער ענין האָט זיך זיין ניגון. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען עבדים היינו מיט אַ בעזונדער ניגון, מיט אַ העכערען קול און בקצת דביקות. דער פירוש פון אַ העכערען קול מיינט אַז אין יעדען וואָרט האָט זיך אָנגעהערט דער "העכער" פון דעם וואָרט. דאָס וואָס איז העכער פון דעם וואָרט.
אַלע ריידען וועגען אחד, אויך דער רשע רעדט וועגען אחדיא. ער גלויבט אין אחד נאָר דאָס איז ביי איהם אַ בעזונדער זאַך, עס האָט צו איהם קיין שייכות ניט, ע"ד עזב הוי' כו'יב. ער איז מבטל און זאָגט: עס איז דאָך אםיג צדקת מה תתן לו ואם רבו פשעיך מה תעשה לו וכו'יד.
דער אחד פון תם איז די תמימות'דיקע אמונה פשוטה פון אַ איש פשוט.
דער אחד פון שאינו יודע לשאול איז שוין גאָר אַנדערש. פון דעם לערנען מיר אָפּ צוויי זאַכען: אַז מען דאַרף פרעגען און מען דאַרף ענטפערען, וואָס דאָס איז
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-tbfr9vms
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.