English
ספרייה

לקוטי שיחות

חוקת

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

1056חוקת

א. די מצוות פון דער תורה טיילן זיך אין דריי סוגים; משפּצים, עדות און חוקיםא), דער חילוק זייערער בנוגע צו שכל והבנה: משפּטים זיינען אַזוינע מצוות, וואָס אויך דער מענטשלעכער שכל איז מחייב אַז מ'זאָל זיי טאָן; עדות זיינען די מצוות, וואָס שכל אַליין וואָלט זיי טאַקע ניט מחייב געווען, אָבער נאָך דעם ווי תורה האָט אונז אויף זיי אָנגעזאָגט, האָבן זיי אויף זיך אַ שכל'דיקע ערקלערונג; חוקים זיינען אַזעלכע מצוות וואָס עס איז ניטאָ אויף זיי קיין שום ערקלערונג אין שכל, און נאָך מער; זיי זיינען גאָר פאַרקערט ווי שכל פאַרשטייט, און דער קיום פון די חוקים־מצוות איז בלויז מיט קבלת עול.

דאָס הייסט, אַז די מצוות פון די סוגים משפּצים און עדות זיינען ווי דער רצון העליון האָט זיך מצמצם געווען און אָנגעטאָן אין שכל, אַז אויך דער פאַרשטאַנד פון אַ מענטשן זאָל זיי קענען באַגרייפן. אַנדערש איז דער סוג פון חוקים, וואו דער רצון העליון האָט זיך אויך דאָ למטה ניט מצמצם געווען און ניט אָנגעטאָן אין שכל, און איז געבליבן בבחינת רצון שלמעלה מהשכל.

און ווייל די חוקים זיינען אויך דאָ למטה בחינת עצם הרצון וואָס איז פאַרבונדן מיט עצמותז) — וואָס דערפאַר קען עס ניט אַראָפּקומען אין שכל — דערפאַר דאַרף אויך דער מענטש מקיים זיין די חוקים, מיט (עצם הרצון, מיט) קבלת עול און אַ ביטול וואָס איז פאַרבונדן מיט עצס הנשמה, וואָס איז העכער פון כוחות פּנימיים.

בדרך אפשר יש לומר אַז דאָס איז אויך דער ביאור אויף דעם אַלטן רבי'נס טייטש): חוקים פון לשון חקיקה (אויסגעקריצט). דער יתרון פון חקיקה אויף כתיבה איז, וואָס ביי חקיקה זיינען די אותיות מיני' ובי', זיי זיינען ניט קיין באַזונדער מציאות פון דער זאַך אויף וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט; ביי כתיבה זיינען די אותיות אַ צוגעגעבענע זאַך צום פאַרמעט אויף וועלכן זיי זיינען אָנגעשריבן. און דאָס איז אויך דער אויפצו פון חוקים אויף עדות און משפּטים; אין עדות און משפּצים איז סיי מצד דעם רצון העליון וואָס אין זיי און סיי מצד דעם אדם וואָס איז זיי מקיים, איז פאַראַן אַ צוגעקומענע זאַך — די הרכבה פון שכל וטעם. משא"כ אין חוקים פאַרבינדט זיך עצם הנשמה מיט עצמות, אָן דער הרכבה פון שכל וטעם.

ב. דער עיקר ענין פון חוקים איז די מצוה פון פּרה אדומה. ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש), אַז אויך שלמה המלך, וואָס האָט משיג געווען די העכסטע השגות, אויך די טעמים פון די חוקים — האָט ער געזאָגט: „על כל אלה עמדתי ופרשה של פרה אדומה חקרתי ושאלתי ופּש־1057פשתי אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני", אַז ער האָט געפאָרשט און געזוכט דעם טעם אויף פּרשת פּרה אדומה און ער האָט זי ניט געקענט באַגרייפן. נאָר צו משה רבינו האָט דער אויבערשטער געזאָגטח) ; „לך אני מגלה טעם פּרה" (דיר בין איך מגלה איר טעם).

דאָס איז אויך איינער פון די טעמים, וואָס פּרה אדומה איז כללות ענין התורהט) (וואָס דעריבער שטייט, ביי פּרה אדומה, דער לשון „זאת חוקת התורה", ניט „זאת חוקת הטהרה" אָדער „זאת חוקת הפּרה"). וואָרום אַלע מצוות התורה, אויך עדות און משפּצים, איז זייער עיקר — דער רצון העליון שלמעלה מהשגה לגמרי (ס'איז נאָר וואָס דער רצון האָט זיך אָנגעטאָן אויך אין אַ טעם אָבער בעיקר איז עס בחינת רצון))). און וויבאַלד אַז אין מצות פּרה אדומה איז עס בגילוי (וואָרום ביי פּרה אדומה איז דער רצון ניט נתלבש געוואָרן אין שכל), דעריבער איז זי כללות התורה.

דער פּלא פון פּרה אדומה איז אין צוויי זאַכן; א) „מטמאה את הטהורים ומטהרת את הטמאים". ב) נעשית מחוץ למחנה).

דערפון איז מובן; א) דורך די זאַכן ווערט נתגלה אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט עצם הנשמה, בחי' חקיקה. ב) אין דעם באַשטייט כללות ענין התורה. ג) דעם כח אויף דער עבודה פון עצם הנשמה, נעמט מען פון משה רבינו, וואָס צו אים האָט מען מגלה געווען דעם טעם פון פּרה אדומה, און ער גיט דעם כח אויף דער עבודה צו אַלע אידן.

דערפאַר שטייט „ויקחו אליך" (די פּרה אדומה זאָל גענומען ווערן צו דיר, משה'ן), כאָטש אַז בפּועל האָט זיך מיט דער פּרה מתעסק געווען אלעזר הכהן, ווייל דער כח אויף דער עבודה פון פּרה אדומה דעמאָלט, איז געקומען פון משה'ן, און אַזוי אויך אין די שפּעטערדיקע דורות, „לעולם היא נקראת על שמך"י), ביז אַז אויך אין די אַכט פּרות וואָס בזמן בית שני און אויך אין דער צענטער פּרה אדומה וואָס משיח וועט מאַכן, וועט מען נוצן (צוליב מקדש זיין די כהנים העושים את הפּרה) דעם אפר הפּרה שעשה משה במדבריא).

ג. עס שטייט אין מדרשיב), אַז בשעת משה רבינו האָט געהערט דעם ענין פון אומאת מת, איז „נתכרכמו (פאַרטונקלט געוואָרן) פּניו של משה"1058און ער האָט געפרעגט „במה תהא טהרתו". (אויף אַנדערע טומאות האָט זיך משה רבינו ניט אַזוי געוואונדערט, ווייל זיי זיינען נאָר פּרטים פון טומאה, משא"כ טומאת מת, איז אבי אבות הטומאה, אין גאַנצן דער היפּך פון קדושה, ווייל קדושה איז חיות, און כל־זמן מען איז דבוק אין הוי' אלקים חיים קען קיין מיתה ניט זייןיג) ; מיתה ווייזט אַז מען איז אָפּגעריסן לגמרי ח"ו, האָט זיך משה זייער געוואונדערט „במה תהא טהרתו"). בשעת דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט די מצוה פון פּרה אדומה, איז אים פאַרענטפערט געוואָרן זיין שאלה, ווייל פּרה אדומה קען מטהר זיין אויך טומאת מת, ווייל דורך איר ווערן נמשך די יגמה"ר שלמעלה מהשתלשלות, וואָס זיי האָבן ניט קיינע הגבלות, און זיי זיינען „מנקים כל הפּגמים"יד).

און דאָס איז אויך וואָס אויף פּרה אדומה שטייט דער לשון חוקה, ווייל על־פי שכל, ד.ה. מצד די גילויים פון השתלשלות (באדם ובכלל) האָט קיין אָרט ניט אַז מ'זאָל קענען פּועל'ן טהרה אויך אין אַזאַ נידעריקן אָרט, נאָר „מי יתן טהור מטמא — לא אחד"*1)), ווער קען פּועל'ן טהרה אויך אין טומאה חמורה ביותר — נאָר „יחידו של עולם", וואָס ער איז ניט מוגבל אין קיינע הגבלות.

און דאָס איז אויך דער טעם פון דעם וואָס די פּרה אדומה איז נעשית מחוץ למחנה, אַנדערש פון אַלע קרבנות שנעשים בפנים, אין מקדש דוקא, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר168)), ווייל אַלע קרבנות זיינען מכפּר נאָר אויף שגגותי), וואָס שוגג קומט „מהתגברות נפש הבהמית שמנוגה", דערפאַר זיינען זיי בפנים. משא"כ פּרה אדומה, וואָס זי איז מטהר טומאת מת, אבי אבות כו' שלמטה מטה מנוגה, איז נעשית מחוץ למחנה, בכדי צו פּועל'ן טהרה אויך אין בחינת חוץ — דורכן גילוי שלמעלה מהשתלשלות.

ד. בכדי צו ממשיך זיין פון למעלה מהשתלשלות, פון „יחידו של עולם", דאַרף אויך די עבודה זיין פון יחידה שבנפש, ביטול שלמעלה מהשכל. עס דאַרף זיין מסירת נפש. ער דאַרף זיך אַוועקלייגן, אַרויסגיין מחוץ למחנה און נעמען אַ „פּרה", אַ בהמה, און דערצו נאָך אַן „אדומה"יז) און זיך עוסק זיין מיט איר, וויסנדיק אַז ער אַליין וועט דורך דעם טמא ווערן, בכדי צו מטהר זיין אַ צווייטן אידן.

און דער אַראָפּלאָזן זיך צוליב טאָן אַ טובה אַ אידן, דאַרף קומען ניט1059דורך מאַכן אַ חשבון, אַז דורך דעם וועט אים צוקומען — „יותר ממה שבעל הבית עושה עם העני העני עושה עם בעל הבית"יח) — וואָרום אויב ער טוט עס צוליב אַ חשבון, איז ער נאָך ניט אַרויס פון זיין מציאות והשתלשלות, במילא קען ער דורך אַזאַ עבודה ניט נעמען עצמות. דוקא ווען ער טוט יענעם אַזאַ טובה וואָס דערביי וועט ער גאָר טמא ווערןיח) (אַודאַי וועט אים דער אויבערשטער אָפּצאָלן דערפאַר כמה פּעמים ככה, אָבער זיין חשבון דאַרף זיין אַז ער טוט עס אפילו ווען ער ווערט נאָר טמא) — דורך אָט־דעם ביטול און אַוועקלייג, קבלת עול שלמעלה מן השכל, וואָס דאָס איז בחינת חוקה ביי אים, איז ער ממשיך די חוקה שלמעלה ; זיין עצם הנשמה איז ממשיך עצמות יןף

און דאָס איז דער ביאור פון דעם פריערגעזאָגטן, אַז די צוויי ענינים שבפרה אדומה — מטמאת את הטהורים ומטהרת את הטמאים, און נעשית מחוץ למחנה — זיינען;

א) דער ענין פון חוקה, אַז דורך זיי איז מען מגלה עצם הנשמה בחינת חקיקה, ווייל דורך דעם אַוועקלייג און ביטול צו טאָן אַ אידן אַ טובה בכדי מטהר זיין אים, אויך ווען צוליב דעם דאַרף מען אַרויסגיין מחוץ למחנה און טמא ווערן, דורך דעם איז מען מגלה עצם הנשמה;

ב) דער כללות ענין פון תורה — ווייל יסוד כל התורה איז צו אַרויסגיין פון אַלע ציורים, בויגן דעם אייגענעם „איך", ניט נאָר דעם „איך" פון גוף נאָר אויך — פון דער נשמה, וואָס דאָס דריקט זיך אויס במיוחד אין אהבת ישראל, כללות כל התורה0));

ג) דעם כח אויף דעם באַקומט מען פון משה רבינו, וואָס ער איז געווען אין דער מדריגה פון „ונחנו מה", און ער איז מגלה דעם ביטול שמצד עצם הנשמה ביי יעדער אידן.

ה. מ'האָט גערעדט כמה פּעמים*11)) אַז דער אויפטו פון תורה איז — התכללות פון ביידע קוין; מען דאַרף טאַקע זיך אַוועקלייגן צוליב טאָן אַ טובה אַ צווייטן אידן, „כי תראה ערום (בקיום המצות) וכסיתו"כב), אַז מען זעט אַז איינער איז נאַקעט פון מצוות ר"ל, דאַרף מען אויף אים פּועל'ן אַז ער זאָל מקיים זיין מצוות, לייגן תפילין און אַנטאָן ציצית א.ז.וו. אין דער זעלבער צייט אָבער טאָר מען אויף זיך אויך ניט פאַרגעסן — כסיום הכתוב „ומבשרך לא תתעלם", מען דאַרף געדענקען אַז מען האָט אַליין אויך „בשר", און גראָבע בשר, חומריות'דיקן, וועלכן מען דאַרף ווייקן זאַלצן און אַראָפּשווענקעןיח).

1060און אין פּרה אדומה, כללות כל התורה, איז מרומז אויך דער ענין; דעם אפר פון דער פּרה וואָס משה האָט געמאַכט, האָט מען פאַנאַנדערגעציילט אויף דריי חלקים: איין חלק איז געווען בכדי צו מטהר זיין טמאים. אַ צווייטער חלק איז געווען צוליב מקדש זיין די כהנים וואָס האָבן געמאַכט די שפּעטערדיקע פּרות. און אַ דריטן חלק האָט מען אַוועקגעלייגט „למשמרת"ב). ולכאורה, וואָס האָט מען פון דעם חלק וואָס מען האָט אַוועקגעלייגט „למשמרת"?

והענין בעבודה ; צוליב גרויס טרדה אין עסקנות ציבורית און אין דער אַרבעט פון משפּיע זיין אויף אַ זולת, קען מען פאַרגעסן אויף זיך אַליין. צוליב דעם דאַרף מען האָבן אפר „למשמרת" — מען זאָל געדענקען, אַז אויך ביי זיך אַליין קען זיין אַן ענין פון טומאת מת ח"ו, וואָס צוליב דעם דאַרף מען אָנקומען צום אפר הפּרהח).

ו. דער סיכום ההוראה פון פּרשת פּרה אדומה;

א) בשעת מען זעט אַ אידן וואָס בגילוי איז אויף אים ניט קענטיק קיין דביקות בהוי' אלקים חיים, ער זעט אויס ווי אַ ניט־עבעדיקער ר"ל, קען מען דאָך טראַכטן; וויבאַלד אַז יענער איז געפאַלן אַזוי נידעריק, איז ער שוין פאַרפאַלן ר"ל, אויף דעם זאָגט מען, אַז משה רבינו האָט געגעבן דעם כח צו מטהר זיין יעדער אידן, אפילו אַזאַ וואָס איז טמא געוואָרן בטומאת מת ר"לי).

ב) קען דאָך אָבער זיין יצר הרע טענה'ן פאַר אים; זאָל צאַקע זיין אַז איך האָב דעם כח אויף דעם, אָבער וואָס בין איך מחוייב צו אַראָפּלאָזן זיך אַזוי נידעריק ביז אַז איך זאָל קענען טמא ווערן ח"ו צוליב דעם, ס'איז דאָך אַ כלל, „אין אומרים לאדם חצא כדי שיזכה חברך"יז) — אויף דעם זאָגט מען, אַז דוקא אין דעם באַשטייט חוקת התורה — כללות ענין התורה. און כל־זמן ער פּועל'ט ניט ביי זיך אַז ער זאָל זיך אַוועקלייגן בשביל הזולת, פעלט אים ניט נאָר אין אַ פּרט נאָר אין כלל פון דער גאַנצער תורה.

ג) קען ער אָבער אַ טעות האָבן און מיינען, אַז די הצלחה אין זיין השפּעה אויפן זולת קומט פון זיין אייגענעם כח — „כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה" — האָט מען דערפאַר געדאַרפט מקדש זיין דעם עושה את1061הפּרה מיט אפר פון דער פּרה וואָס איז געוואָרן געמאַכט דורך משה רבינו אַליין, בכדי ער זאָל וויסן אַז ער טוט עס בכוחו של משה.

ד) מען קען דאָך אָבער אַריינלאָזן זיך בלויז אין דעם קו פון טאָן מיט

אַ צווייטן און פאַרגעסן אויף זיך אַליין — אויף דעם איז געווען דער אפר „למשמרת", מען זאָל וויסן אַז מען דאַרף אויך טראַכטן וועגן זיך, כנ"ל.

(משיחות ש"פ חוקת תש"י

וש"פ חו"ב תשי"ב)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-swvspedy

עותקים

פעילות אחרונה

#172 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · אושרה

מקורות