לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים יג
1271(ואעפ"כ) ושים באזני יהושע. מובן ג"כ שאין יוצאים ידי חובתו בועשה לך רב, אלא שצ"ל ג"כ וקנה לך חבר, היינו שיהי' מי שיוכל להעלות לו ולפניו נגעי לבבו, וכפתגם כ"ק אדמו"ר האמצעי, שעי"ז הנה שני נפה"א נלחמים על נפש הבהמית אחת.
(0
י ר — ו
א 1
מען האָט נעכטן גערעדט (אין דער התועדות ההילולא) אין דעם ענין וואָס פון פּרשת בשלחא) גייט מען אַריין גלייך7)) אין פּרשת יתרו.
אין פּרשת יתרו דערציילט זיך וועגן מתן תורה. מתן תורה איז דאָך אַ סאַך וויכטיקער ווי ענין יתרו, און פונדעסטוועגן הייסט די סדרה און דער שבת נאָר מיטן נאָמען יתרו און ניט מיט אַ נאָמען וואָס באַדייט די זאַך פון מ"ת7)). פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער ענין יתרו איז זייער וויכטיק און אַז דאָס איז (און מען דאַרף זיך דערפון אָפּלערנען —) אַ הוראה (אין עבודה —) בענין מתן תורה.
וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם וואָס עס שטייט אין זוהר), אַז ווען איז געווען מתן תורה — דוקא נאָכדעם וואָס יתרו האָט מודה געווען אין אויבערשטן און אָנגענומען אויף זיךה) פירן זיך ווי אַלע אידן. און דאָס האָט געבראַכט אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה.
און דאָס איז אַן אָנווייזונג צו יעדער אידן, אַז דורך וואָס קען ער באַקומען די תורה — דורך דעם וואָס ער וועט אויפטאָן אין דעם „יתרו" וואָס געפינט זיך אין איםו), ד.ה. אין דעם גוף ונפש הבהמית, וואָס מצד עצמם ציעהן זיי זיך צו ענינים גשמיים וחומריים, אַז זיי זאָלן זיך ניט יאָגן נאָך די מותרות פון עולם הזה, נאָר מסכים ומודה זיין און וועלן די ענינים וואָס דער נפש האלקית וויל, לערנען תורה און מקיים זיין מצות, און בשעת ער פּועל'ט ביי זיך, אַז ניט נאָר זיין נפש האלקית וויל טאָן דעם אויבערשטענ'ס רצון — נאָר אויך זיין גוף און נפש הבהמית, בריינגט עס אַז ער זאָל באַקומען די תורה, ער זאָל פאַרשטיין תורה און מצליח זיין אין דעם.