האָט הוד כ"ק רבינו הזקן דאַן פאַר זיי איבערגעזאָגט די תורה וואָס דער מעזריטשער מגיד האָט אים איבערגעגעבן בשם מורנו הבעש"טד:
הוּלט האָבן אַ אידן איז אַ מצוה דאורייתא. אין יעדער מצוה איז פאַראַן די עשה פון דער מצוה און די לא תעשה. און אַזוי אויך אין דער מצוה פון אהבת ישראל איז ואהבת לרעךה די עשה און לאו תשנא את אחיךז די לא תעשה. די פשיטות פון דעם פשוטן אידן, זיין תפלה, זיין זאָגן תהלים נאָכן דאַוונען, זיין טאָן אַ מצוה ווייל השי"ת האָט געהייסן, איז גורם אַ נחת רוח למעלהח.
* * *
די חסידישע הדרכה איז אַז יעדער איד, אָן אונטערשייד, אַ למדן צי אַ פשוטער, בעדאַרף זיך אַליין שטעלן די פראַגע צו וואָס בעדאַרף מען מיך אויף דער גשמיות'דיקער וועלט. די נשמה איידער זי איז אַראָפּ אין גוף האָט דאָך געלעבט למעלה אין געטלעכקייט, און אַראָפּקומענדיק למטה אין גוף מוז זי זיך דאָך אָנטאָן אין גשמיות'דיקע זאַכן, וואָס דאָס איז דאָך אַ גרויסע ירידה פאַר דער נשמה, וכמאמר "ירידת הנשמה בגוף".
אָבער די ירידה איז "צורך עליה", אַז דוקא דורך דער ירידה קומט די נשמה צו די העכסטע דרגות אין געטלעכקייט, און אָט די פשוטע אידן מיט זייער הנהגה פשוטה, באַלד אויפשטייענדיק לויפן דאַוונען בצבור, זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים און ענטפערן אמן און אמן יהא