עברית
Library

יום ב' דחג השבועות תש"ז בסעודה

131

כאוכליןה, זיי האָבן ניט געגעסען נאָר זיי האָבן באַוויזן ווי זיי וואָלטן געגעסן, איז דאָס דאָך ע"ד ווי אַ "חיצון" — ער מאַכט זיך פאַר אַ בקי און פאַר אַ למדן און באמת איז ניט אַזוי, לייגט ער דאָך. אָבער נשמות, וואו זיי געפינען זיך זיינען זיי ווי דער אמת איז: אַז משה רבינו איז עלה בהר, שטייט אַז "לחם לא אכל ומים לא שתה"ו, אַ נשמה למטה עסט — דאָס איז דער סוד הבירורים, אָבער אַז די נשמה איז עולה למעלה — איז "לחם לא אכל ומים לא שתה". דערפאַר ווערן מלאכים אָנגערופען חיצוניים און נשמות פנימיים.

דער חילוק פון אַ למדן און אַ איש פשוט איז: אַ למדן איז אַ בעל מוח, במילא איז דאָ חילוקים: אַ געשמאַקע תורה, ניט קיין געשמאַקע, אַ הפלאה'­דיקע תורה. אָבער ביי אַ איש פשוט איז דאָך אַלץ בהשוואה, דער ואמת הוי' לעולםז פון פשיטות העצמות דערהערט זיך ביי דעם איש פשוטח.

וואָס איז דער וואונדער, אַז מען האָט אַמאָל געלעבט מיט אַ חסידישען וואָרט וואָס מ'האָט געהערט, אַז מען האָט דעם וואָרט אַראָפּגעטראָגן פון למעלה מן המוח ביז דעם כף הרגלט, מען האָט אויסגעמושטירט דעם גוף אַז ער זאָל לעבן מיט אַ וואָרט חסידות.

ב. דער זיידע האָט געלערנט מיט דעם טאַטן דעם סידור; לבד וואָס ער האָט מיט אים געלערנט דעם ביאור עפ"י חסידות, האָט ער מיט אים גע­לערנט דעם פשוט'ן פירוש המלות פון סידור, אַמאָל מיט מער ביאור און אַמאָל דעם פירוש המלות אַליין.

"מודה אני לפניך": אַז מען איז "מודה", דאַן איז מען "אני לפניך" — מען איז "אני" וואָס דערהערט ווי מען איז געשטאַנען "לפניך"; דאַן איז די התבוננות אין "מלך", און ס'קומט אַראָפּ אין אַ בפועל אין "רבה אמונתך" אַ הגדלה אין אמונהי.

אזוי האָט דער זיידע געלערענט מיט דעם טאַטען. האָט דער טאַטע געזאָגט אַ ביאור אויף דעם אַז "מודה", דאָס איז די הגבלה אין דברי הרב — אַזוי האָט דער רבי געזאָגט; און דאָס גופא גיט אַ כח אין "רבה אמונתך", די הגדלה אין אמונה — ניט נאָר גלויבן, נאָר מען זאָל פאַרשטיין וואָס מען גלויבט.

ג. מזגו כוס משקה לכ"ק אדמו"ר שליט"א ושאל אם זה מהמשקאות שאין עליהם חשש. וענה אחד מהרבנים המסובים: בטח, על הבקבוק כתוב מפו­רש: "פשוט ונקי".

ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען קאָן זיי גלויבן? עס איז דאָך אַ פאַרפאַל­שעוועטע וועלט. ויאמר א' מזקני ה­רבנים: זהו דבר שאין הצבור יכולים לעמוד בו.

וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: פונ­דעסטוועגען צו "ניט" קומט דאָס ניט.

דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט, אַז פון אַ גשמי דאַרף מען זיך זייער היטן. אין רוחניות, אויב דאָס איז ניט אַזוי מכוון, נו! איז דאָס אַ נידעריקע מדריגה, אָבער אַז דער גשמי איז ניט מכוון, איז זייער פּאַסקודנע.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-rd7x7dqk

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources