עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9393

ב"ה, יום ג' לך, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

צו די אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פון ישיבת אחי תמימים נואַרק,

ה' עליהם יחיו

איך באַגריס אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער מיט דעם אינערלעכן וואונש, אַז די אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה.

אין איינקלאַנג מיט דעם באַקאַנטן וואָרט פון אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן-ערוך, אַז "אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט" – מיט דער צייט פון דער סדרה פון דער וואָך, וועט זיכער אויך דער ישיבה-דינער היינטיגע וואָך באַלעבט ווערן מיט דעם גייסט און אינהאַלט פון דער סדרה פון דער היינטיגער וואָך – די סדרה וועלכע הויבט אָן די געשיכטע פון אברהם אבינו, דער ערשטער איד און פאָטער פון אונזער פאָלק.

איינע פון די ערשטע איבערלעבונגען פון אברהם אבינו איז געווען דער אָנזאָג "גר יהי' זרעך בארץ לא להם" – "דיינע קינדער וועלן זיין פרעמדע אין אַ פרעמד לאַנד". אָבער צוזאַמען מיט דעם אָנזאָג איז געקומען דער אייביגער ברית (צוזאַמענבונד) צווישן ג-ט און אברהם אבינו, וואָס האָט פאַרזיכערט די אייביקייט פון אידישן פאָלק אין אַלע צייטן און אין אַלע אומשטענדן. דערביי איז אָנגעוויזן געוואָרן, אַז די דאָזיגע אייביקייט איז דירעקט פאַרבונדן מיט דער דערציאונג פון די קינדער – אָנצוהאַלטן דעם פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן, פון דעם קינד'ס געבורט אָן, און אין אַן אופן וואָס פאַרבינדט ניט נאָר די נשמה מיט דעם אויבערשטן נאָר אויך דעם גוף.

אונזערע חכמים זאָגן "מעשה אבות סימן לבנים" – די פּאַסירונגען מיט אונזערע אבות זיינען אַן אָנווייזונג און שפּיגלען אָפּ די געשיכטע פון אונזער פאָלק, סיי פון יחיד און סיי פון כלל. די אייביקייט פון אידישן פאָלק איז פאַרבונדן מיט דעם חינוך פון די אידישע קינדער, און דער חינוך פון יעדן קינד איז פאַרבונדן ניט נאָר מיט זיין אייגענער צוקונפט, נאָר אויך מיט דער צוקונפט פון גאַנצן אידישן פאָלק.

אין דעם ליגט די וויכטיקייט פון תורה-טרייען חינוך בכלל, און פון דער ישיבה "אחי תמימים" בפרט, און עס איז קלאָר ווי גרויס עס איז די פליכט – און זכות – פון עלטערן און פון בעלי-בתים און עסקנים אין שטאָט צו פאַרשטאַרקן און אויסברייטערן אַזאַ חינוך-מוסד על טהרת הקודש ווי ישיבת "אחי תמימים".

השם יתברך זאָל יעדן איינעם באַזונדער, און אַלעמען צוזאַמען, מצליח זיין אין דעם אין דער פולסטער מאָס.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 25
Id
rh-q96djw2m

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9393