עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9412

ב"ה, י"ז כסלו, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יוסף שי' גאַרעליק

מאָנטרעאַל

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען אַ באַריכט, אַז איר האָט איבערגעגעבען מיין גרוס צוריקקומענדיק אין מאָנטרעאַל, בפרט באַ דער געלעגנהייט פון דעם פאַרברענגען פון י' כסלו, און אַז איר האָט דאָס געטאָן מיט אַ לעבעדיקייט און פריילעכקייט.

דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז איר זאָלט שטענדיג פריילעך מאַכן אידן, און פאַרשטייט זיך די אייגענע משפחה שי', עס זאָל זיין פריילעך אין אַלע הינזיכטן, אין גשמיות און אין רוחניות, וואָס באַ אידן גייען ביידע צוזאַמען, און אדרבה, אַז עס איז אַ פריילעכער צושטאַנד אין רוחניות'דיגע זאַכן, גיט דער אויבערשטער הצלחה אין גשמיות'דיגע ענינים. פאַר אַ באַברויסקער איז זיכער איבעריג מאריך צו זיין [אין] דעם.

ויהי רצון, אַז איר זאָלט אין דעם אַלעם טאָן אין אופן פון מוסיף והולך, אין איינקלאַנג מיט דעם ענין פון נר חנוכה, וואָס יעדן טאָג קומט צו מיט אַ ליכטעלע מער.

מיט וואונש צו אַ פריילעכן חג הגאולה און אַ ליכטיגען חנוכה ולבשורות טובות בכל האמור.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 25
Id
rh-z1h4geb2

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9412