עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9497

ב"ה, אין די טעג פון ספירה, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

צו די גראַדואירנדע תלמידות פון "בית רבקה"

אין מאָנטרעאל

ה' עליהם יחיו

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן אייער פאָרשטייענדער גראַדואירונג. ויהי רצון אַז עס זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און עס זאָלן דערפילט ווערן אייערע אינערלעכע באַגערן צו זיין אמת'ע בנות חב"ד ובנות ישראל.

אַלס תלמידות פון "בית רבקה" ווייסט איר זיכער ווי אָפּצושאַצן דעם ספּעציעלן זכות פון אַ בת-ישראל – בת שרה, רבקה, רחל ולאה, און פון אַ בת-חב"ד בפרט; דער זכות וואָס איז פאַרבונדן מיט אייער צוקונפט אַלס "עקרת הבית".

אין די היינטיגע צייטן, און אונטער איצטיגע אומשטענדן, זיינען פיל פליכטן אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פירונג פון דער הויז, גייסטיגן צושטאַנד פון דער אידישער היים, חינוך פון די קינדער, אד"ג, אין אַ באַדייטנדער מאָס אַריבער פון דעם בעל-הבית צו דער עקרת-הבית. און דאָס מיינט, אַז אידישע טעכטער מוזן באַקומען אַ פיל ברייטערע און טיפערע צוגרייטונג ווי אין פריערדיגע דורות.

איר האָט זוכה געווען צו לערנען און צוגרייטן זיך אין "בית רבקה", וואו איר באַקומט די געוואונשענע צוגרייטונג צום לעבן, אָבער די הצלחה דערפון איז אין אַ גרויסער מאָס אָפּהענגיק פון אייך אַליין, די תלמידות: פון אייער פעסטן ווילן, אייער התמדה און שקידה, און אייער גוטע אויפפירונג. השם יתברך זאָל אייך מצליח זיין, איר זאָלט אין דעם אַלעם שטייגן און גיין מחיל אל חיל, פון גוט צו בעסער, און איר זאָלט זיין אַן אונערשעפּלעכער קוואַל פון אמת אידישע, חסידישע נחת פאַר אייערע עלטערן, דערציער און כלל ישראל.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 25
Id
rh-vb12zyvk

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9497